בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט וויי צו טון און נישט טשעפען א צווייטן
חינוך הילדים, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


נאך אביסל פארן מיר אין קעמפ, אין צוויי וואכן פארן מיר אוועק פון די שטאט, מיר וועלן זיך קענען גוט אנגרייטן פאר די הייליגע טעג.


איך וויל דיר בעטן, געב זיך זייער אכטונג נישט וויי צו טון און נישט טשעפען א צווייטן, ספעציעל אין די זומער וואכן ווען מען איז אוועק פון שטוב, מען איז מיט חברים בייטאג און ביינאכט - דארף מען מער אכטונג געבן נישט וויי צו טון אנדערע בחורים, און אז אין דיין שלאף צימער האט מען אריינגעלייגט א בחור וואס איז נישט אזוי קלוג ווי דיר, א בחור וואס מאכט נערוועז וכו' - זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן נישט צו טון זאכן וואס דו וועסט דארפן באצאלן א טייערע פרייז במשך דעם לעבן, זאלסט חס ושלום נישט טון זאכן וואס וועט אים פארשעמען.


די הייליגע חכמים זאגן (סוטה י:), ענדערש זאל מען זיין גרייט צו ווערן פארברענט אין א קאלעך אויוון ווי פארשעמען א חבר; ווייל פארשעמען א חבר איז א געפערליכע זאך, מען באצאלט א טייערע פרייז אויף דעם; אז דו קענסט ערלעדיגן איידעלערהייט מיט די מנהל, מגידי שיעור און משגיחים אז מען זאל ארום טוישן די בעטן וכדומה - קענסטו דאס טון, אבער חס ושלום ארויסשטעלן א בחור פון שטוב, אדער מאכן שפיצלעך, ווייל אויב מען טשעפעט א צווייטן - ווערט מען געשטראפט השם ישמרינו.


וויסן זאלסטו, ווי אזוי מען פירט זיך מיט אנדערע - אזוי פירט מען זיך פון הימל מיטן מענטש. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ח:): "בַּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ"; ביי די זאך זעט מען אפן די השגחה, און אפילו דער אייבערשטער פירט די וועלט בהסתרה, מען זעט זאכן פארקערט, אבער ביי די זאך זעט מען קלאר און אפן: אז "אית דין ואית דיין", און דער וואס רודפ'ט א צווייטן נעמט נישט לאנג ביז מען ווערט געשטראפט השם ישמרינו, בכן בעט איך דיר מיין ליבער זון, מיין הארציגער תלמיד, טשעפע נישט קיינעם, טו נישט וויי קיינעם, און אז איינער האט די זאך פון זיך נישט אויפוועקן ביינאכט וכו', און עס פאסירט וכו', ער שלאפט טיף, ער שפירט נישט ווען ער דארף ארויס גיין וכו' - זאלסטו חס ושלום נישט פארגיסן יענעמ'ס בלוט, די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא.): "דְעַלָךְ סָנֵי, לְחַבְרָךְ לָא תַּעֲבִיד", וואס דו האסט אליינס פיינט, טו נישט פאר דיין חבר; זאלסט טראכטן אזוי ווי עס וואלט ווען געווען מיט דיר אדער מיט דיינ'ס א קינד, טו אלעס אז יענער זאל נישט פארשעמט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.