בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן וואס טוט זיך ביי ענק אין שול, ווי שיין מען דאווענט, און מען איז מחזק יעדן איינעם וואס טרעט אריבער דעם שוועל ביי ענק אין שול.
בנוגע וכו'; געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "מי שבא, ברוך הבא", ווער איז קומט אריין אין שול - זאלסטו שיין באגריסן און מחזק זיין, "ומי שלא בא, ברוך השם", און ווער עס קומט נישט - איז ברוך השם.
האב נישט קיין חלישות הדעת פון די זאכן; יארן צוריק האט מיר מוהרא"ש גערופן אויפן טעלעפאן פרעגן אויף איינעם וואס איז געווען נאנט צו מוהרא"ש, ער האט משמש געווען מוהרא"ש - אויב ער דאווענט נאך ביי אונז אין שטיבל, און ווען איך האב געענטפערט אז יענער איז שוין לאנג נישט געקומען דאווענען, האט מוהרא"ש מיר מחזק געווען איך זאל נישט ווערן צעבראכן פון דעם, און נישט ווערן צעבראכן ווען איינער גייט אוועק פון די חבורה, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "ווען מען גייט אין מלחמה פאלן סאלדאטן, מען קען נישט אפשטעלן די מלחמה, מען גייט ווייטער". אגב, די ווערטער האב איך נישט געדארפט פאר דעמאלט, דעמאלט איז מיר געווען א שמחה ווען יענער איז אוועק פון היכל הקודש, יענער איז געווען א לץ, יענער פלעגט זיצן אין חוזק מאכן פון כל הקדוש לנו, פון רבי'ן, פון רבי נתן, און פון מוהרא"ש, איך האב זיך געפרייט ווען יענער איז אוועק געגאנגען דאווענען פון אונז, די ווערטער פון מוהרא"ש האט מיר אבער זייער מחזק געווען במשך די אלע יארן, ווען בחורים און אינגעלייט זענען אוועק געגאנגען, און עס האט מיר יא געציפט ביים הארץ, געדענק איך די ווערטער פון מוהרא"ש: "אין א מלחמה פאלן סאלדאטן, און מען גייט נישט צוריק".
בכלל קוק נישט ווער עס איז נישט געקומען אין שול; נאר ווער עס קומט אריין אין שול, ווער עס טרעט איבער דעם שוועל - זאלסטו אנגיסן מיט קאלטס און ווארעמס; חיזוק, חיזוק און נאכמאל חיזוק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.