בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט זיך 'אפרעדן', נאר זיך 'אויסרעדן' צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, אמונה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב נישט ליב דאס ווארט וואס דו האסט מיר געשריבן, אז דו האסט זיך היינט אינדערפרי זייער "אפגערעדט" צום אייבערשטן וכו'; אפשר מיינסטו צו זאגן אז דו האסט זיך היינט אינדערפרי זייער "אויסגערעדט" דאס הארץ צום אייבערשטן וכו', ווייל "אפגערעדט" און "אויסגערעדט" זענען צוויי אנדערע וועלטן. אפרעדן טאר מען זיך נישט, מען טאר זיך נישט אפרעדן אויף גארנישט; אפילו א מענטש גייט אריבער ביטערע שווערע נסיונות דארף ער וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכע חשבון און זיך נישט אפרעדן חס ושלום, מען דארף וויסן אז וואס דער אייבערשטער טוט - דאס איז גוט, מען דארף זיך חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא".


אויסרעדן צום אייבערשטן דאס יא; דאס איז די גרויסע מדריגה וואס צדיקים טוען, ווען עס גייט אריבער אויף זיי שווערע ביטערע נסיונות רעדן זיי צום אייבערשטן מיט הכנעה, זיי האבן נישט קיין קשיות חס ושלום אויפ'ן אייבערשטן, זיי פרעגן קיינמאל נישט: "פארוואס?" זיי ווייסן אז דאס קומט זיי, דערפאר לעבן זיי שטענדיג מיט תשובה. זיי טוען תשובה, זיי נעמען זיך פאר אלעס צו פאררעכטן, דער צדיק בעט ברחמים ובתחנונים דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים.


הויב אן א נייע וועג אין דיין לעבן, פון היינט אנגעפאנגען; אז עס גייט אריבער אויף דיר שוועריקייטן זאלסטו חס ושלום זיך נישט אפרעדן, חס ושלום נישט האבן קיין קשיות און פרעגן "פארוואס?" נאר גלייבן באמונה שלימה אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט און וואס עס גייט אריבער איז מיט א פונקטליכער חשבון.


זאלסט זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן; גיי אין א זייט, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, דארט זאלסטו זיך עפענען פאר'ן אייבערשטן און אים זאגן: "הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר, איך גלייב אז אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר איז מיט א חשבון פון דיר, איך בעט דיר טאטע זיסער, העלף מיר, ווייז מיר אז דו הערסט מיר אויס, ווייז מיר אז דו ביסט מיט מיר, העלף מיר איך זאל קענען אהיים ברענגען פרנסה פאר מיין ווייב און קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.