בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט חנפ'ענען, ווען יענער זאגט זאכן וואס איז נישט ריכטיג
צניעות, משפחה, שייטל, חנופה, לבוש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר הערט פון א חבר'טע ווי זי מאכט חוזק פון מאמעס וואס האבן גרויסע משפחות - זאלט איר נישט זוכן חנופה און בלייבן שטיל, איר זאלט ענטפערן אז גרויסע משפחות איז די שענסטע זאך, און נאר דאס בלייבט פונעם מענטש; ווייל ביי אסאך פרויען איז דאס געווארן א בושה צו האבן א גרויסע משפחה, עס איז עפעס אן אלטמאדישע זאך, און דאס מאכט א לחץ ביי פרויען נישט צו טון וואס איז ריכטיג.


מען רעדט נישט ווען מען קען נישט, מען איז איבערגעשטרענגט וכו', דעמאלט גייט מען צום רב, צום דיין - און מען טוט וואס דעת תורה זאגט, מען רעדט פון די שמועסלעך צווישן פרויען וואס מען מאכט אוועק האבן קינדער, ביי די שמועסן טאר מען נישט בלייבן שטיל מיט חנופה.


אויך ווען א פרוי קומט זיך אויפטון מיט א קלייד וואס איז נישט איידל, טאר מען נישט חנפ'ענען, און אויך די נייע מאדע, די שייטל וואס מען מאכט אויסקוקן ווי נאס, ווי פרישע האר; טאר מען נישט חנפ'ענען, נאר זאגן שיינערהייט אז עס זעט נישט אויס איידל וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.