בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
שטארק זיך מיט גיין התבודדות יעדן טאג, מאך זיך א קביעות יעדן טאג א שטיק צייט צו רעדן צום אייבערשטן. דורך התבודדות קען מען זוכה זיין צו אלעס גוטס, דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס האט געבעטן דעם רבי'ן אן עצה צו ווערן אן ערליכער איד, אז ער זאל זיך מאכן שיעורים צו לערנען, האט יענער געזאגט פארן רבי'ן אז ער קען נישט לערנען, האט אים דער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיא): "עַל יְדֵי תְּפִלָּה יְכוֹלִין לָבוֹא לַכֹּל", דורך תפילה קען מען צוקומען צו אלעס; "לְכָל טוּב", צו אלעס גוטס, "לְתוֹרָה", צו לערנען תורה, "וַעֲבוֹדָה", צו דינען דעם אייבערשטן, "וּלְכָל הַקְּדֻשּׁוֹת", צו אלע הייליגקייטן, "וּלְכָל הָעֲבוֹדוֹת", צו אלע עבודות וואס איז נאר פארהאן, "וּלְכָל הַטּוֹבוֹת שֶׁבְּכָל הָעוֹלָמוֹת", און צו אלעס גוטס פון אלע וועלטן.
עס איז נישט כדאי צו קויפן מתנות פארן חתן, מערסטנס אז מען וויל קויפן א ש"ס קען מען עס קויפן. איך בעט זייער מען זאל נישט שיקן פארן חתן קיין מנורה, איך פרוביר זייער שטארק אכטונג צו געבן אויף אנשי שלומינו זיי זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות, און אויב א משפחה האט יא די מעגליכקייט צו געבן מתנות אן צו מאכן חובות - בעט איך זיי זאלן אויך נישט געבן מתנות, ווייל דאס מאכט אז אנדערע משפחות וואס האבן נישט די מעגליכקייט - זאלן דארפן בארגן געלט צו שטעלן א פנים ווי שיינע לייט וואס שיקן מתנות.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז מען מאכט חתונה - קען מען געבן נאך די חתונה וויפיל מתנות מען וויל, דאס וועט נישט שאדן מאכן פאר אנדערע, נאך די חתונה אז מען געבט מתנות - דאס איז נישט מחייב אנדערע דאס נאכצוטון, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז אזוי געווארן, אז חתן כלה ווען זיי באקומען מתנות - הייבט אן ווערן פון דעם א לחץ אויף אנדערע משפחות דאס נאכצוטון, דער מחותן זוכט צו געפעלן פאר די מחותנים, און די מחותנת'טע וויל געפעלן די , ברענגט דאס אז מען זאל אריינפאלן אין חובות.
איך האב געגעבן פאר מיין איידעם נאך זיין חתונה א שיינע זילבערנע מנורה, אויך האב איך געגעבן פאר מיינע חתונה געהאטע זין מנורות, און איך געב זיי נאכאלץ, דאס מאכט נישט קיין שאדן; עס ווייזט זיך ארויס אז דאס שטערט נישט און דאס טוט נישט שאדן מאכן פאר אנדערע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.