בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט מבטל זיין חדר און שולע צוליב די חתונה פון מיינע קינדער
מוסדות, חתונה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ח טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך וויל נישט מען זאל מבטל זיין חדר און שולע צוליב די חתונה פון מיינע קינדער, עס איז נישט קיין ענין זיך אריינצושלעפן פון שטעטל צו מיין שמחה, איך מיין עס זייער ערנסט; איך וויל נישט מען זאל קומען מיט די קינדער, אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי אנדערע חסידות'ן; געב עס איבער פאר אלעמען.


אונזער רבי'שע חתונה איז ראש השנה; מוהרא"ש האט מיר געזאגט ווען איך האב געפרעגט וואס צו ענטפערן פאר די עלטערן, אז מיר פארמאכן די חדר די גאנצע וואך פון ראש השנה ווען מיר אלע פארן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "דאס איז אונזער רבי'שע חתונה, אזוי ווי ביי אלע איז מען מבטל די חדר אינעם טאג וואס דער רבי מאכט חתונה, דאס איז אונזער רבי'ס חתונה".


איך האף דיין קאפ און מח איז ביי די קינדער און ביי די מלמדים, נישט אין אפיס. איך האב זיך געמאכט א גדר, איך גיי נישט אין אפיס ביז נאכמיטאג, איך זיץ רוב טאג מיט די בחורים; הלואי זאלסטו אויך אזוי טון, זיין פארנומען מיט די מלמדים און קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.