בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט מסודר'דיגע תפלות, אפילו אן טעם, אן שפירן
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לינדן ניו דזשערסי


היינט ביים מעביר סדרה זיין האב איך זיך מחי' געווען מיט "וילך חרנה ויפגע במקום"; וואס טוט מען ווען עס איז דא 'וילך חרנה' - א חרון אף, עס איז דא דינים? – די עצה איז 'ויפגע במקום', בעטן און מוטשען דעם אייבערשטן, 'ויפגע' איז א לשון פון פגע'ן, מוטשען, מען דארף מוטשען דעם אייבערשטן ביז עס ווערט המתקת הדינים.


ברודער טייערער, הארציגער חבר, פון הימל שטופט מען דעם מענטש צום וואנט, מען מאכט אים ענג אז ער זאל דארפן שרייען צום אייבערשטן, ער זאל תשובה טון און זיך בארעכענען און געדענקען אז עס איז דא נאר איין באשעפער אויף די וועלט.


אז מען קען נישט רעדן, די מויל איז פארמאכט – דארף מען ניצן די פייל און בויגן, מען דארף ווארפן תפילות. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן נב): "שצריך לזרוק ולהשליך אחריו יתברך תפילות", מען ווארפט תפילות, מען זאגט דא א תפילה און דארט א תפילה, אפילו עס איז נישט מסודר, אפילו אן טעם, אן שפירן ווי מען פועל'ט וכו' וכו'.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן א רבי וואס שטארקט אונז און לאזט אונז נישט פאלן.