בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט ניצן מיין נאמען וויי צו טון קיינעם
מחלוקת, שלום, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו ממש פארן ארויספארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל. עס האט מיר זייער וויי געטון צו הערן אז מען קריגט זיך וכו', און אז מען האט דיך מבזה געווען.


איך בעט זייער דעם אייבערשטן אז איך זאל נישט וויי טון קיינעם, און מען זאל נישט ניצן מיין נאמען וויי צו טון קיינעם, מען זאל נישט טשעפען ביי אונזערע ד' אמות מיט די ווארט "ראש ישיבה"; דער ראש ישיבה האט געזאגט, דער ראש ישיבה האט געהייסן, ראש ישיבה אהער ראש ישיבה אהין, עס זאל נאר געניצט ווערן אויף וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "כשיש רבי אמתי עם תלמידים", ווען דער אמת'ער צדיק לערנט מיט תלמידים, "על ידי זה", דורכדעם, "נתקבץ ונתלקט חלקי האמונה", קומט אראפ א שטארקע אמונה, "ועל כן", און דערפאר, "נקרא למוד הרב עם התלמידים 'ישיבה'", רופט מען דאס ראש ישיבה וכו', עיין שם.


איך האף צום אייבערשטן ענק זאלן ארבעטן אינאיינעם מיט ליבשאפט און שלום, איך ווייס אז דער סמ"ך מ"ם פארגינט נישט אונזער שיינע קהילה, ער האלט דאס נישט אויס – ווי דעם הייליגן רבינ'ס נאמען קומט אריין מער אין די וועלט, דער סמ"ך מ"ם וויל נאר צעווארפן אונזער קהילה, אבער עס וועט אים נישט העלפן, אזוי ווי דער רבי האט שוין געזאגט: "איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן".