בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער נחמן נתן נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב
איך בין זייער צופרידן פון דיין ארבעט, איך באקום אויסנאם גריסן פון די טאטעס און פון מרדכי מנהל.
דו ווייסט ווי שטארק איך מוטשע זיך צו קענען אויפהאלטן די מוסד, איך עפן נישט די מצה בעקעריי די יאר נאר אז די מלמדים זאלן באקומען זייער געהאלט. אין א צווייטע פלאץ וואלט אזוינס נישט פאסירט, עס איז א בושה אז זאכן ארבעטן זיך נישט אויס, מיר אינטערעסירט נישט וואס דער זאגט, וואס יענער זאגט, איך בעט דעם אייבערשטן צו טון וואס איז ריכטיג; אז די מצה בעקעריי איז א לאך פאר די מוסד - וועל איך די יאר עסן מצות פון אנדערע קהילות און ענדערש באצאלן אין צייט די מלמדים.
מיר האלטן אינמיטן בויען א שיינע שול אין שטעטל פאר א מנינים צענטער, איך האב דאס געלייגט אין די זייט נאר אז מען זאל קענען באצאלן די מלמדים צייטליך, ווייל דאס איז ריכטיג און דאס איז וויכטיג.
יעצט האבן מיר געמאכט אז מען געבט די מלמדים צעטלעך 'מן', מיר מאכן דאס ווייל מיר ווילן העלפן די מלמדים זאלן קענען לעבן. איך האף עס וועט זיך אויסארבעטן, און אז עס וועט זיין צו שווער - וועלן מיר אויסארבעטן בעסערע וועגן, אלעס נאר כדאי די מלמדים זאלן קענען לעבן וד"ל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.