בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט פארשוועכן דעם אייבערשטנ'ס נאמען
צניעות, התחזקות, תשובה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י"א תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


געב אכטונג נישט צו פארשוועכן דעם אייבערשטנ'ס נאמען, דו לייגסט ארויס סטעטוס ווי דו טאנצט ביי א געמישטע קאנצערט בתערובות, פול מיט פריצות השם ישמרינו. די הייליגע חכמים זאגן (קדושין מ.), אז א מענטש האט א שטארקע יצר הרע: "ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורים ויתכסה שחורים", זאל ער זיך באהאלטן אז חס ושלום עס זאל נישט זיין קיין חילול השם; היינט מיט די סטעטוס, אז מען לייגט נישט גוטע זאכן – ווערט נתחלל שמו הגדול, אויך די פרייע זאגן און שרייבן: "קוקט וואו די פרומע אידן זענען, קוקט וואס די פרומע טוען..."


טו תשובה; סיי זאלסט מער נישט גיין צו נישט ערליכע פלעצער, און חס ושלום אז דו פאלסט – זאלסטו דאס נישט אפכאפן און ארויסלייגן. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לד:): "חָצִיף עָלַי מַאן דִמְּפָרֵשׁ חֶטְאֵיהּ", עס איז א גרויסע עזות און א חוצפה ווער עס דערציילט און איז מפרסם זיינע עבירות; נאר פארן אייבערשטן מעג מען דערציילן און מען דארף דערציילן, זיך מתוודה זיין און וויינען ער זאל אננעמען די תשובה.


אויך מיך פארשעמסטו, און אויך דעם הייליגן רבי'ן; איך האף דו וועסט דאס מער נישט טון, דו וועסט תשובה טון און צוריק אנהייבן לערנען און דאווענען, דינען דעם אייבערשטן מיט לערנען תורה און דאווענען די דריי תפילות און זיך פרייען מיט די מצוות, ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין; זאלסט גיין אין א שטילע פלאץ און זיך אויסשמועסן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס, און דיך מקרב זיין צו אים.


זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג כך וכך משניות, און כך וכך דפים גמרא, חק ולא יעבור, יהי' מה שיהי', דאס וועט דיך אויסציען פון שאול תחתית. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט), אפילו א מענטש וואס איז נעבעך צוגעוואוינט צו טון עבירות רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג כך וכך תורה – וועט אים די תורה ארויסנעמען פון אלע בלאטעס און ברענגען צו ווערן אן ערליכער איד.