בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך דאנק אייך פאר אלעס וואס איר טוט פאר אונזער סקול בית פיגא, עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך ווי מחנך זיין אידישע טעכטער מיט אמונה, יראת שמים און ליבשאפט צום אייבערשטן.
ווען מען רעדט צו קינדער קען מען רעדן וויכטיגע זאכן, און מען קען רעדן נארישקייטן, און צומאל מאכן שאדן. דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נאר צו רעדן פון אמונה, יראת שמים און מדות טובות, אזוי ווייסט מען אז מען רעדט ערליך און גוט, בפרט ווען מען רעדט פון אמונת חכמים דארף מען זייער אכטונג געבן עס זאל זיין מיט שכל.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רנה): "כְּשֶׁהָאָדָם הוּא מַאֲמִין בְּהַצַּדִּיק בְּלִי שׁוּם דַּעַת", ווען מען גלייבט אינעם צדיק אן שכל, "אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל מֵהָאֱמוּנָה, כִּי מֵאֱמוּנָה לְבַד אֶפְשָׁר לִפֹּל", קען מען אראפפאלן פון דעם, "אֲבָל אִם יֵשׁ לוֹ גַּם דַּעַת, שֶׁמֵּבִין גַּם בְּהַדַּעַת", אבער אויב גייט עס מיט שכל, דעמאלט "אֲזַי אִי אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל", קען מען נישט פאלן.
מען זאל נישט רעדן אין סקול שטותים צו די קינדער, פון חלומות, דמיונות און חזיונות; אין סקול זאל מען רעדן פונעם באשעפער און פון גוטע מידות.
עפעס א נייע צעדרייטע ווינט האט זיך אריינגעכאפט אין אונזער קהילה און עס בלאזט אין די ריכטונג פון די סקול. אין חדר און אין ישיבה בלאזט נישט די ווינט, נאר אין סקול; העלפט מיר ארויסטרייבן די ווינט.