בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ערשטנס וויל איך אייך זאגן אז איך האב זייער הנאה צו הערן די שיינע גריסן אויף אייך פון אייערע לערערינס, ווי שיין איר פירט זיך מיט דרך ארץ, און פון אייערע גוטע מידות, איר מאכט מיר א נחת רוח.
אייערע עלטערן גייען אריבער שווערע צייטן, זיי זענען זייער געדרוקט אין געלט, זאלט איר זיי נאר העלפן, און חס ושלום נישט גיסן אויל צום פייער, זיך אפרעדן וכו'. בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע עלטערן זיי זאלן האבן שפע, און זייט נישט ברוגז אויף זיי אז זיי קויפן אייך נישט קיין קליידער, זיי זענען זייער געדרוקט. זייט מכבד אייערע עלטערן, אין דעם זכות וועט איר זען אז דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים מיט ענק, עס וועט קומען גרויס שפע, מען וועט קענען קויפן קליידער פאר די קינדער, און מען וועט קענען קויפן עסן, עס וועט שוין נישט זיין הונגער.
בתנאי אז איר וועט נאר העלפן אייערע עלטערן און נישט ארויס ווייזן פאר זיי אז איר זענט צעבראכן פון די מצב וואס הערשט אין שטוב, נאר העלפן און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.
איר דארפט זיך זייער שטארקן, און גלייבן אינעם אייבערשטן, אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, און נאך אביסל וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.