בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישטא אזא זאך ווי בלאזן און איגנארירן די ווייב
תפילות אויף אידיש, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לדעתי זאלסטו רעדן צו איר רב, ער איז אן ערליכער רב, ער וועט ענק העלפן; ער קען דיין ווייב, ער האט זיך געפארעט מיט איר ערשטע מאן און מיט די גט, וועט ער ענק ווייטער העלפן.


שטארק זיך, גלייב באמונה שלימה, אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן די ווייב מיט די קינדער - איז דאס פאר דיין טובה, און אז עס קומט אן שווער - וועט דאס דיר ברענגען נענטער צום אייבערשטן, דו וועסט ווערן אויסגעלייטערט און זוכה זיין צו עולם הבא.


דראפע זיך און דערהאלט זיך, גיי נישט אריין אין א קטנות המוחין פון נישט רעדן מיט דיין ווייב און נישט רעאגירן; נישטא אזא זאך ווי בלאזן, עס העלפט נישט, עס מאכט נאר ערגער די מצב. אז עפעס שטערט דיר - זאלסטו דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן; בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ווי לאנג נאך וועט מיר באדערן זאכן? ווי לאנג נאך וועל איך ווערן באליידיגט? העלף מיר אז זאכן זאלן מיר נישט שטערן און נישט אנגיין, העלף מיר איך זאל זיך נישט באליידיגן ווען מיין ווייב זאגט מיר אריין, העלף מיר איך זאל זיך מבטל זיין צו דיר, איך זאל זען נאר דאס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן.


גיי יעדן טאג התבודדות; וועסט שפירן א זיסע איינגענעמע טעם אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.