בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישטא קיין גרעסערס פון אויפבויען קינדער מיט ליבשאפט צום אייבערשטן
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר'ן העלפן די סקול, איר לייגט אריין אייער גאנצע קאפ און מח ווי אזוי צו מחנך זיין אונזערע טעכטער, איר ארבעט אזוי געטריי.


נישטא קיין גרעסערע זאך פון אויפבויען אידישע טעכטער זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן; ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן די תורה.


יישר כח.