בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, וואס דו ביסט מיר באליבט ווי מיין אייגן קינד.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר'ן אהערשטעלן ביידע קעמפס; די בחורים קעמפ און מיידל קעמפ. דו האסט געארבעט יומם ולילה במשך וואכן און חדשים אז מיר זאלן קענען זיצן אינדרויסן פון שטאט בקדושה ובטהרה צווישן די גראז און ביימער. די זכותים פון אלע גוטע זאכן פון די גאנצע מחנה גייט אויף דיין חשבון; דאס וועסטו מיט נעמען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
איך בעט דיר זייער זאלסט קומען אין בית המדרש יעדן טאג לערנען אביסל; אמת טאקע די גאנצע קעמפ ווארט אויף דיר, יעדער ציט דיר צו זיינע באדערפענישן; דער דארף וואסער, דער דארף סוער, איינער דארף א געז רענדזש, א צווייטער א בעט וכו' וכו', מיט דעם אלעם זאלסטו זיך אריינ'גנב'ענען אין בית המדרש לערנען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא און תהלים.
אנטלויף נישט, ווייל נאך אביסל וועסטו שוין שטיין אונטער די חופה און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.
דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.