בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס דארפסטו מצער זיין דיין טאטע מאמע, וואס דארפן זיי וויסן בכלל אז דו שעפסט חיות פון רבי'ן? לדעתי קענסטו דאס באהאלטן פון זיי, בפרט ווען זיי זאגן קלאר עס שטערט זיי נישט אז דו הערסט שיעורים און אז דו האסט חיות פון די הייליגע ספרים; זיי בעטן דיר נאר אז דו זאלסט נישט מאכן קיין רעש און א טומל, קענסטו דאס באהאלטן פון זיי.
נעם דעם רבי'ן פאר דיר, מאך נישט קיין רעש און קיין טומל. אז דו ווילסט פארן קיין יבנאל - זאלסטו פארן געזונטערהייט, וואס דארפן דיינע עלטערן מיטהאלטן אז דו פארסט? אז דו ווילסט גיין צו די חבורות זיך מחזק זיין - זאלסטו גיין געזונטערהייט, אבער וואס דארפסטו יעדן איינעם מודיע זיין וואו דו גייסט? דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז דיר נישט קיין מונע, זי האלט דיר נישט אפ, קענסטו דאך דינען דעם אייבערשטן אזוי שיין, אזוי זיס, אן מחלוקות.
איי וועסטו פרעגן, וואס וועסטו טון ראש השנה? ראש השנה דארפן דאך אלע קומען קיין אומאן; ביז ראש השנה איז דא אסאך צייט, קענסט נאך אסאך מתפלל זיין דו זאלסט זוכה זיין צו קומען צום רבינ'ס ראש השנה, אלע דארפן מתפלל זיין אויף דעם, מען האט דאך געזען וואס האט פאסירט פאריאר תשפ"א ווען די גרעניצן זענען געווארן פלוצלונג פארשלאסן, ווער ווייסט וואס גייט זיין די יאר ראש השנה תשפ"ב הבא עלינו לטובה? קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין, קיינער איז נישט פארזיכערט, אלע דארפן מיר אנקומען צו תפילה; אבער ביז ראש השנה איז דאך ממש א שאד זיך צו קריגן.
ליין איבער דעם בריוו אפאר מאל, ליין עס נישט שנעל; וועסטו זען א וועג ווי אזוי דו זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטן, שפירן די זיסע געשמאקע איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן - אן קיין מחלוקות, אן קריגערייען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.