בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך פארנעמען צו דאווענען מיט מנין, גיין דריי מאל א טאג אין שול דאווענען מיט מנין.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "אָמַר רַבִּי חָמָּא בֵּרַבִּי חֲנִינָא: לָמָּה נִסְמְכוּ אֹהָלִים לַנְּחָלִים וכו'? לוֹמַר לָךְ: מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה, אַף אֹהָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", פונקט אזוי ווי ווען א טמא'נער מענטש טובל'ט זיך אין טייך ווערט ער ריין, אזוי אויך ווען מען גייט אין שול דאווענען און לערנען – נעמט מען אראפ פון זיך אלע שלעכטס.
דעם פארגאנגענעם שבת בין איך געווען אין בלומינג גראוו, איז צוגעקומען דיין ברודער זיך באדאנקען פאר די דרשות און התחזקות; ער זאגט מיר אז דאס איז פאר אים ווי אטעמען. זעט מען ווי צוביסלעך גייט אריין דעם רבינ'ס דיבורים מער און מער אין די וועלט.
אז דו שטייסט אין געשעפט אינמיטן די ארבעט און דו שפירסט ווי דו ווערסט פארברענט, עס הייבט אן ברענען די תאוות – השם ישמרינו, זאלסטו דארט שרייען צום אייבערשטן פון צווישן די מענטשן, זאג ארויס: "אייבערשטער, ראטעווע מיר!" "איך ווער פארברענט!" דאס וועט דיר היטן פון נישט אראפפאלן אינגאנצן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
...