בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער פראגע.
איך וועל אייך דערציילן וואס איך האב געהאט מיט מוהרא"ש ביי דעם ענין און איר וועט שוין וויסן ארויסצונעמען פון דעם ווי אזוי זיך צו פירן.
איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז איך האב א בחור פון ישיבה וואס שלאפט ביי מיר; דאס איז געווען אין די תקופה ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, דעמאלט פלעג איך נעמען בחורים וואס האבן נישט געהאט קיין היים זאלן שלאפן ביי מיר, האט מיר מוהרא"ש געוויזן מיט א שארפע פינגער און געזאגט: "נעם נישט אריין קיין בחורים אין שטוב שלאפן"; נאך יענע נאכט האב איך מסדר געווען פאר זיי א דארמעטארי.
ממילא ביי אייער פאל וואס איר האט מיידלעך איז דאך זיכער נישט אויסגעהאלטן אריינצונעמען בחורים צו שלאפן; איז אויב איר קענט מסדר זיין פאר זיי א פלאץ אין בעיסמענט וועט עס זיין בעסער און באקוועמער סיי פאר די בחורים און סיי פאר אייך און אייערע קינדער.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", "יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע מיידלעך; אז מען האט מיידלעך דארף מען זען עס זאל זיין בצניעות ובשמירה.
פאלגט דעם רבי'ן, גייט אביסל שפאצירן צווישן די גראז; ביי ענק אין שטעטל איז דאך א מחי', מען קען דארט מקיים זיין דאס וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", א מענטש גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט; מען קען דארט שפאצירן מיט'ן אייבערשטן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.