בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#43 - נאך משפחות אין שטעטל זאלן מאכן הכנסת אורחים
שטעטל, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואויל איז דיר אז דו מאכסט הכנסת אורחים אין שטעטל, און איך האף מען וועט זיך פון דיר אפלערנען, נאך משפחות זאלן מאכן הכנסת אורחים, ווייל אזויפיל אנשי שלומינו האבן מיר געזאגט זיי האבן אזוי שטארק געוואלט מיט האלטן שבועות אין שטעטל, זיין מיט אונזער קיבוץ, אבער עס איז נישט געווען קיין הכנסת אורחים, עס איז געווען דירות פאר זייער טייער געלט, עד כדי כך אנשי שלומינו בעטן מיר אויף קומענדיגע יאר יום טוב שבועות זאל איך פארבלייבן אין וויליאמסבורג, ווייל אין שטאט אין וויליאמסבורג איז גרינג צו טרעפן וואו איינצושטיין, זייער אסאך האבן דירות פאר די מצוה פון הכנסת אורחים.


די מצוה פון הכנסת אורחים וועט דיר באשטיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, און איך האף דו וועסט זיין א ביישפיל, מען זאל דיך נאכמאכן, זוכן צו טון מצוות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#42 - יישר כח פאר'ן מיך ארייננעמען מיט מיין משפחה אויף שבת
הכנסת אורחים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע, משפחת ... שיחיו


איך בין אייך שולדיג א גרויסן יישר כח פארן מיך ארייננעמען מיט מיין משפחה אויף שבת, צו קענען מיטהאלטן די שבע ברכות ביי מיין זון שמעון.


מיר האבן זיך געשפירט זייער באקוועם, מיר האבן זייער הנאה געהאט.


בזכות הכנסת אורחים זאלט איר זוכה זיין צו שיינע ערליכע געזונטע דורות, און צו שפע, ברכה והצלחה.


...


אמאל פלעגסטו מיר שרייבן דיינע סיומים, האסט מיך אזוי מחי' געווען, איך ווארט זאלסט צוריק אנהויבן שרייבן דיינע סיומים; ווייל דאס איז מיין איינציגסטע טרייסט, צו זען מיינע תלמידים לערנען און ענדיגן נאך א מסכתא און נאך א מסכתא.

#41 - הכנסת אורחים דארף מען אכטונג געבן צו טון אויפ'ן ריכטיגן וועג
קאמפלימענטס, שלום בית, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך האף דו גייסט אן מיט דיין עבודת השם, מיט תורה, תפילה און התבודדות.


בנוגע די גאסט וכו'; מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען מאכט די מצוה פון הכנסת אורחים - דאס צו טון ריכטיג. רבי נתן האט דערציילט פארן רבי'ן, ער האט אהיים געברענגט צו די שבת סעודה א גאסט, און זיין זון האט נישט געוואלט קומען צום טיש זיצן נעבן דעם גאסט ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך, "האב איך אים געגעבן א פאטש"; האט דער רבי אים געזאגט צוויי וויכטיגע זאכן: "פון היינט און ווייטער זאלסטו אהיים ברענגען נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין לערנען, נישט סתם אורחי פורחי, ווידער 'א קינד שלאגט מען?!'" זעט מען צוויי זאכן, ערשטנס וועלכע סארט געסט אהיים צו ברענגען, און צווייטנס - נישט שלאגן קיין קינדער.


ווער וואס שנעלער פטור פון די מיידל; נעם נישט אריין אין שטוב קיין מיידלעך, זוך זיך נישט קיין פראבלעמען, זי איז א קראנקע; אז זי זאגט די דייטשע וועלף זענען געווען גערעכט פארן פארברענען זעקס מיליאן אידישע קינדער, אזא איינער זאלסטו נישט האלטן אין שטוב. בכלל איז נישט כדאי פאר א יונגע פארפאלק צו ברענגען געסט צו שלאפן.


מאך פרייליך דיין ווייב, רעד צו איר שיין, געב איר גוטע ווערטער, שפאר נישט קיין גוטע ווערטער, העלף איר מיט די שטוב ווירטשאפט - וועסטו האבן גרויס הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - געב אכטונג אויף דיינע טעכטער, נעם נישט אריין יעדן אין שטוב
קינדער, חברים, חינוך הילדים, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיינע טעכטער, ברענג נישט אין שטוב קיין בחורים; עס איז טאקע זייער א גרויסע מצוה – די מצוה פון הכנסת אורחים, אבער כל זמן דו האסט גרויסע טעכטער אין שטוב – דארפסטו אכטונג געבן אויף זיי.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "בתך בגרה", אויב דיין טאכטער ווערט דרייצן יאר, "שחרר עבדך ותן לה", זאלסטו אפילו באפרייען דיין קנעכט און איר געבן דעם קנעכט פאר א מאן, ווייל אז נישט וועט זי חס ושלום אראפפאלן אין עבירות; זעט מען ווי שטארק מען דארף היטן די טעכטער.


היט אויף דיינע קינדער אזוי ווי מען היט אויפן שווארץ אפפעל פון אויג.


...


אויך זאלסטו זיך שטענדיג אינטערעסירן ווער אירע חבר'טעס זענען, זי זאל האבן נאר ערליכע איידעלע חבר'טעס.

#39 - פרויען עסן אינאיינעם ראש השנה, ווען די מענער פארן קיין אומאן
חיזוק פאר פרויען, הכנסת אורחים, אומאן, ראש השנה, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


עס איז זייער א גוטע זאך וואס איר טוט אז מען נעמט זיך צוזאמען משפחות עסן די סעודות ראש השנה ווען די מענער זענען אין אומאן; אזויפיל משפחות וועלן הנאה האבן, בפרט די יונגע ווייבלעך וואס האבן נישט וואו צו זיין ראש השנה, אזוי וועלן זיי האבן שיינע יום טוב'דיגע סעודות.


בנוגע אויב מען זאל בעטן אפאר דאלער פון יעדע משפחה פאר געצייג און עסן וכו'; מען קען בעטן געלט, אבער אז איינער געבט נישט - זאל מען נישט יענעם ארויסשיקן, מען זאל יעדן איינעם אויפנעמען בסבר פנים יפות.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די חסד און הכנסת אורחים וואס איר טוט - זאל מען זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#38 - צושטעלן סעודות שבת אין ישיבה פאר די בחורים פון אויסלאנד
שבת קודש, הכנסת אורחים, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן א טובה, איך וויל מאכן שבת סעודות אין ישיבה פאר די בחורים וואס קומען פון אויסלאנד. ביז יעצט פלעגן אנשי שלומינו נעמען געסט, למעשה איז געשען צוויי זאכן; שוין כמעט נישטא קיין משפחות וואס נעמען געסט אין וויליאמסבורג, רובם ככולם האבן זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, עס זענען געבליבן געציילטע משפחות אינגעלייט וואס איז נישט שייך פאר זיי צו נעמען געסט. צווייטנס, עס זענען דא אסאך בחורים פון אויסלאנד, ואין הקומץ משביע, אויך זענען דא משפחות וואס איז מיר נישט ניחא אז מיינע בחורים זאלן עסן ביי זיי.


וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר העלפן צושטעלן סעודות אין ישיבה פאר די בחורים וואס איך וועל דיר זאגן. וואס דו קענסט בעטן ביי געשעפטן וואס האבן איבריגע עסן פאר צדקה – איז גוט, און וואס מען דארף צוקויפן – וועל איך דיר באצאלן; דאס איז פאר מיר א גרויסע הילף.


אלע בחורים ווילן עסן ביי מיר, קען איך נישט נעמען קיינעם, ווייל עס ווערט קנאה.

#37 - נעם נישט קיין בחורים שלאפן ביי דיר אין שטוב
שלום בית, הכנסת אורחים, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם נישט קיין בחורים שלאפן ביי דיר אין שטוב; דיין ווייב שרייבט מיר אז זי איז געווען איינגעשפארט א גאנץ שבת ווייל דו האסט אריינגענומען בחורים, זיי זענען געשלאפן ביז נאך חצות.


אפילו ווען מען דארף שוין יא נעמען געסט - האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן - ער זאל נעמען געסט וואס ער וועט זיי קענען מחזק זיין, געסט וואס ווייסן ווי אזוי זיך אויפצופירן, נישט וואס לייגן זיך אן, שלאפן ביזן טאג אריין וכו' וכו'.


איך האב אויך געהאט אמאל בחורים שלאפן ביי מיר, ביז מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל נישט נעמען בחורים שלאפן ביי מיר. אומר ועושה, יענע נאכט האב איך געעפנט א דירה פאר בחורים צו שלאפן און מער נישט אריינגענומען בחורים צו שלאפן אין מיין דירה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#36 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#35 - נעם נישט קיין געסט וואס דיין ווייב וויל נישט
כיבוד אב ואם, שלום בית, הכנסת אורחים, אידישע שטוב, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו אן אשת חיל, האסט אן איידעלע ווייב. זאלסט איר אויסהערן ווי צו מאכן און פירן וכו', כל אשר תאמר שמע בקולה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י:): "הָאִשָּׁה מַכֶּרֶת בְּאוֹרְחִין", א פרוי דערקענט געסט; און אז זי זאגט דיר נישט נעמען וכו' - זאלסטו נישט נעמען, ווייל אז מען רעדט ניבול פה - איז דאס א סכנה פאר די גאנצע שטוב.


שפיר זיך נישט שולדיג אז דו נעמסט נישט די ... פאר געסט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יח, ד): "כָּל שֶׁהוּא רַחֲמָן עַל אַכְזָרִים", ווער עס האט רחמנות אויף ווער עס האט נישט קיין דעת, "לַסּוֹף נַעֲשֶׂה אַכְזָר עַל רַחְמָנִים", וועט ער ביים סוף זיין אן אכזר אויף וועם מען דארף רחמנות האבן; דעריבער זאלסטו אכטונג געבן אויף דיין שטוב, עס זאל זיין נאר ערליכע געסט.


ווען דיינע עלטערן קומען צו דיר אין שטוב - זאלסטו זיצן פון דער זייט, זעץ דיין טאטע אויבן אן און ער זאל פירן און פראווען.


 

#34 - מאך די מצוה פון הכנסת אורחים מיט חכמה און מיט שכל
הפצה, זיכוי הרבים, הכנסת אורחים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט ליב די קבלה שפראך, וועל איך דיר שרייבן אויף דעם שפראך.


די מידה פון תפארת איז די מיטל וועג, די מידה שטייט אינמיטן פון די ערשטע צוויי מידות - חסד און גבורה. 'חסד' אליינס, איז דיין פראגע אויב דו זאלסט געבן דעם גאסט א שליסל פון דיין פריוואטע דירה, ער זאל קומען און גיין, זיך דרייען פיר און צוואנציג שעה אונטער די פיס; דאס איז נישט גוט. ווידער די מידה פון 'גבורה' אליינס, אין דיין פאל - נישט ארייננעמען בכלל קיין געסט, איז אויך נישט גוט; מען מוז טון די מצוה פון הכנסת אורחים, בפרט א שוואגער, דיין ווייב'ס א ברודער, אן עלטערער בחור וכו', דארף מען ארייננעמען; איז וואס איז יא דער וועג? די מידה פון תפארת איז דער וועג; מען מישט חסד מיט גבורה, דאס איז שלימות, אביסל פון דעם און אביסל פון דעם, מען טוט חסד מיט א צמצום.


זאג אים ער קען קומען צו אייך אביסל שמועסן ביינאכט, און אויך מיט א צמצום; נאך א שטיק צייט זאלסטו זאגן: "א גוטע נאכט", און אים זאגן: "מיר גייען שוין שלאפן"; נישטא אזא זאך קומען א גאנצן טאג זיצן אויף דיין ווייב'ס קאפ. זאג אים קלאר אז ער קען קומען אין די און די צייט, צום ביישפיל פארנאכטס. מאך די מצוה פון הכנסת אורחים מיט חכמה און מיט שכל.


גיי הפצה, גיי פארשפרייט פאר נאך אינגעלייט די שכל, חיזוק און עצות פון רבי'ן. שטעל זיך פאר דו ביסט נאכנישט מקורב, דו ביסט נאך א צעמישטער, דו ביסט נאך א פארלוירענער, וואלסטו דאך געוואלט איינער זאל דיר קומען אונטערשטופן א ספר, א קונטרס, א נומער וואו צו הערן די שיינע שיעורים; פארוואס זאלסטו דאס נישט טון מיט אנדערע אינגעלייט און בחורים?


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - בלייבט מיט אייער צניעות'דיגע לבוש
צניעות, חיזוק פאר פרויען, זיכוי הרבים, הכנסת אורחים, מוהרא"ש, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


בלייבט מיט אייער צניעות'דיגע לבוש, אייער שייטל איז זייער איידל, איר גייט אנגעטון אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געוואלט. מוהרא"ש פלעגט וויינען צו די ווייבער אין יבנאל מען זאל גיין מיט צניעות'דיגע שייטלען, מוהרא"ש האט געקלאפט אויף זיין פלייצע צו ווייזן ביז ווי לאנג די שייטל זאל זיין. אייער שייטל איז זייער איידל, בלייבט אזוי, טוישט זיך נישט און קלאפט זיך נישט אראפ, גייט אזוי ווי אייער מאמע, אייערע עלטערן זענען זייער חשוב, זייער איידל.


הלוואי וואלט איר געמאכט שלש סעודות מיט נאך חבר'טעס; זיך האלטן אינאיינעם, שמועסן פון התחזקות. מען קען מכבד זיין יעדע וואך א צווייטע ווייבל צו רעדן, דערציילן וכו' וכו', עס איז זייער א גרויסע זאך, ביים אייבערשטן איז זייער חשוב ווען מען עפנט די טיר פאר א צווייטן צו געבן חיזוק.


נאכאמאל בעט איך אייך, אייער שייטל איז צניעות'דיג; בלייבט מיט דעם, ווייל איר מאכט א קידוש השם מיט אייער צניעות.

#32 - רעדן מיט געסט דיבורי אמונה, איז חשובער ווי טון פאר זיך אליין
זיכוי הרבים, הכנסת אורחים, סיפורי צדיקים, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות הכנסת אורחים, סימן ו): "גְּדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים מֵהַשְׁכָּמַת בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְהַקְבָּלַת פְּנֵי שְׁכִינָה", די מצוה פון הכנסת אורחים איז גרעסער פון גיין אין שול און פון מקבל זיין די שכינה; דעריבער זאלט איר זיך פרייען ווען עס קומט א גאסט צו אייך, די שכנים קומען צו אייך, זיי ווילן הערן פון רבי'ן, זיי ווילן הערן דיבורי אמונה; דאס איז מער חשוב ווי זאגן תהילים אדער לערנען פאר זיך אליין.


דער הייליגער רבי נתן פלעגט זייער פלייסיג לערנען, ער איז געווען א מתמיד עצום; דאך האט ער געהאט א מנהג, ווען איינער איז געקומען צו אים פאר חיזוק - האט ער גלייך פארמאכט דעם ספר און יענעם מחזק געווען.


אזוי זאלט איר טון, אז א שכן קלאפט אויף אייער טיר, בפרט שבת נאכמיטאג ווען די מענער זענען אין שול און איר ווייסט נישט וואס איז וויכטיגער, אדער רעדן מיט יענעם, אויסהערן יענעם, אדער זאגן תהלים, לערנען עצתו אמונה; זאלט איר ענדערש טון הכנסת אורחים, און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס דער רבי זאגט (ספר המדות שם, אות ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים".


 

#31 - הכנסת אורחים איז א גרויסע מצוה, אבער עס מוז מיט יראת שמים
צניעות, חינוך הילדים, הכנסת אורחים, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


הכנסת אורחים איז א גרויסע מצוה, אבער מען דארף אכטונג געבן אויף די יראת שמים פון די אייגענע קינדער. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, ער זאל נאר נעמען געסט וואס די קינדער וועלן קענען זיצן מיט זיי ביים טיש (עיין אשר בנחל חלק כ, מכתב ג'סא; מסכת אבות עם פירוש חסדי אבות, עמוד יד).


געבט אכטונג אז אייער שטוב זאל זיין א שטוב פון יראת שמים, אייערע קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך און ריין. די הייליגע מלאכים וואס קומען שבת ביינאכט זאלן נישט גלייך ארויספליען, אז מען זיצט נישט בצניעות חס ושלום.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אייער שיינע משפחה, איר האט א טייערער מאן מיט ליכטיגע קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, איר זאלט זען אסאך נחת פון זיי אלע.

#30 - יישר כח פאר'ן צושטעלן אש"ל פאר די געסט אין שטעטל אויף שבועות
קינדער, סגולות, הכרת הטוב, שטעטל, הכנסת אורחים, נחת, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס קומט אייך א גרויסן יישר כח פאר'ן צושטעלן אש"ל פאר אלע געסט וואס זענען געקומען מיט האלטן דעם יום טוב שבועות אין שטעטל.


עס איז געווען זייער א שיינע קיבוץ אנשי שלומינו, עס איז זייער שיין צו זען ווי די משפחות אין שטעטל עפענען די הערצער אויפצונעמען די אלע געסט.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן, בזכות הכנסת אורחים זאלט איר זוכה זיין צו נחת פון די קינדער. דער רבי זאגט דאך (ספר המדות אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", די מצוה פון ארייננעמען געסט איז א סגולה פאר א פרוי צו קינדער.

#29 - עפענען א "ועד האש"ל" אין שטעטל
סגולות, שטעטל, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


עס איז וויכטיג עס זאל זיין אין שטעטל א "ועד האש"ל". איך טראכט אז דו וואלסט געווען גוט פאר דעם, עס איז א גרויסע מצוה. די אלע שבתים וואס בחורים און משפחות ווילן קומען מיט האלטן אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה, זאלן זיי האבן וואו צו זיין.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען אין שטעטל דעם קומענדיגן שבת מברכים אדר שני, שבת שקלים. עס וועלן קומען בחורים און משפחות, דארף מען צושטעלן פאר זיי אש"ל [אכילה, שתי', לוי', (לינה)].


הכנסת אורחים היט אפ די שטאט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות הכנסת אורחים, סימן ב): "עִיר שֶׁאֵין בָּהּ הַכְנָסַת אוֹרְחִים בָּאִים לִידֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת", א שטאט וואס האט נישט די מצוה פון הכנסת אורחים – קומט צו די עבירה פון גלוי עריות, אזוי ווי מיר געפונען ביי די פרשה פון פלגש בגבעה (שופטים יט, טו), "וְעַל יְדֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת בָּא עֲלֵיהֶם הֲרִיגָה", נאכדעם קומט עס צו הריגה רחמנא לצלן.


אויך העלפט דאס אין שטוב. דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן ב): "סְגֻלָּה לְהַחֲזִיר לְאִשָּׁה וִסְתָּהּ, עַל יְדֵי הַכְנָסַת אוֹרְחִים", הכנסת אורחים איז מסוגל אלעס זאל צוריק גיין אין א סדר וכו'.


זיי מודיע אנשי שלומינו דיין נומער און נעם דיר די מצוה, וועסטו זוכה זיין צו די ברכה פון רבי'ן (שם חלק א', סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים".

#28 - מיט'ן העלפן דעם רבינ'ס שול גייען אוועק פון דיר אלע דינים
צדיקים, ריינקייט, שטעטל, הכנסת אורחים, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן, יום טוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב זיך זייער מחי' געווען פאריגע וואך ווען איך בין געקומען אין שטעטל; איך בין אריין אין שול און איך האב אזוי הנאה געהאט פון די ריינקייט, די זויבערקייט, אזוי שיין אלעס מסודר.


איך ווייס אז דו שטייסט אונטער דעם, דו לייגסט אריין כחות אז די שול זאל זיין מסודר, ריין און זויבער. דאס איז דאך א סימן פון קדושה, ריינקייט איז א סימן פון קדושה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (משנה, סוף מסכת סוטה): "נקיות מביאה לידי טהרה"; ריינקייט ברענגט טהרה.


מיט'ן העלפן דעם רבינ'ס שול גייען אוועק פון דיר אלע דינים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן קז): "עַל יְדֵי שִׁמּוּשׁ צַדִּיקִים נִמְתָּק הַדִּין", דורך באדינען א צדיק - ווערט זיס אלע שלעכטס; אויך ברענגט דאס יראת שמים. דער רבי זאגט (שם אות יראה, סימן ט): "עַל יְדֵי שִׁמּוּשׁ צַדִּיקִים", דורך באדינען א צדיק, "יָבוֹא לְיִרְאַת שָׁמַיִם", באקומט מען א מורא פאר'ן באשעפער.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין קומענדיגע שבת שקלים אין שטעטל, אויך יום טוב פסח און יום טוב שבועות. מען דארף זען צוצושטעלן פאר די געסט, די בחורים און משפחות וואס ווילן קומען.


פסח קומען נישט קיין געסט, פסח מישט מען זיך נישט, פסח פארט מען נישט צו א רבי; אבער די אנדערע שבתים און ימים טובים - דארף מען זען עס זאל זיין וואו צו זיין.

#27 - זע אז די געסט זאלן גיין דאווענען אין שול
שטעטל, הכנסת אורחים, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


זייער גוט אז דו נעמסט געסט. אזויפיל בחורים האבן נישט וואו צו זיין שבתים, עס איז א גרויסע מצוה צו טון הכנסת אורחים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", ארייננעמען געסט איז א זכות פאר קינדער; אין דעם זכות זאלסטו געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא.


איך וויל דיר בעטן, אויב דו נעמסט בחורים פון ישיבה, אדער יוצאי ישיבה – זאלסטו זען זיי זאלן קומען דאווענען אין שול; סתם צו נעמען געסט צו עסן, טרינקען און שיכור'ן, אן דאווענען, אן קומען אין שול – איז "יָצָא שְׂכָרוֹ בְהֶפְסֵדוֹ", א בחינה פון (אבות ה, יב): "מַהֵר לִשְׁמֹעַ", אבער "מַהֵר לְאַבֵּד"; עס איז א גרויסע מצוה צו נעמען געסט, הלואי זאלן אלע אנשי שלומינו עפענען די טיר, נעמען געסט; אבער נאר אז מען קומט אין שול דאווענען און הערן דעם רבינ'ס התחזקות.


פאריגע וואך שבת בין איך געווען אין שטעטל, עס האט מיר זייער וויי געטון, אפאר בחורים זענען געווען ביי דיר אויף שבת און נישט געקומען דאווענען און הערן די שיינע שיעורים.


שטארק זיך מיט די דריי תפילות מיט מנין דוקא; ווער עס איז שטארק אין די דריי תפילות – שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין, - זעט א מורא'דיגע הצלחה אין אלע זיינע ענינים.


איך האב דיר זייער ליב.


 

#26 - פארדינגען א דירה פאר די פרייז וואס די הנהלה האט יעצט קובע געווען
שטעטל, הכנסת אורחים, אידיש געלט, לימוד התורה, גמרא, דירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואס מאכסטו עפעס טייערער ... ?


איך ווארט צו הערן פון דיר, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך בעט פאר דיר יעדן טאג און איך טו וואס איך קען פאר דיין שידוך, איך האף צום אייבערשטן צו זיין דער גוטער שליח, דיין שדכן - בקרוב.


בנוגע דיין דירה וכו'; משפחת ר' ... נרו יאיר ווילן זייער שטארק קומען וואוינען אין שטעטל. איך דארף דיר נישט זאגן ווער זיי זענען, זיי זענען זייער חשוב'ע מענטשן, זיי זענען פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן געעפנט די מוסדות היכל הקודש אין ארצות הברית.


זיי זאגן מיר אז זיי וואלט זייער געוואלט דינגען דיין דירה, אבער זיי זאגן מיר אז זיי זענען צווישן דיר און די הנהלה; זיי זענען מסכים צו צאלן די פרייז וואס דו בעטסט, אבער די הנהלה לאזט נישט הייבן די פרייז, מען וועט נישט ארייננעמען די קינדער זייערע אין מוסד.


דעריבער פרעג איך דיר אויב דו וואלסט מסכים געווען זיי צו פארדינגען דיין דירה פאר די פרייז וואס די הנהלה האט יעצט קובע געווען - וועסטו מאכן א גרויסע טובה סיי פאר זיי און סיי פאר די גאנצע שטעטל. זיי וועלן אסאך צו געבן צום שיינקייט פון שטעטל, אויך וועט דאס זיין א זכות פאר דיר, עס איז א בחינה פון הכנסת אורחים, אויך וועלן אלע אויסהערן די הנהלה; באמת, די הנהלה, זיי פאר זיך - ווילן גארנישט, זיי זענען דא צו טון מיין ווילן, צו קענען האבן א שיינע שטעטל, א פלאץ וואו מען קען וואוינען רואיג און צופרידן.


די וואס העצן קעגן די הנהלה - די זענען מענטשן וואס זענען אנגעווייטאגט אויף זיך אליינס; אזוי איז איבעראל אין אלע קהילות קדושות בישראל, די העצערס זענען ביטערע מענטשן, מענטשן אן שלום בית, מענטשן וואס ווילן נישט לעבן.


שטארק זיך בלימוד חומש ותרגום בכל יום, אויך לערן משניות, און אויף א דף גמרא זאלסטו זיך מוסר נפש זיין, דאס זאל זיין ביי דיר א חק קבוע, אזוי ווי הנחת תפילין. גמרא איז פייער פאר'ן סמ"ך מ"ם, עס פארברענט אים, ער קען נישט נעמען לערנען גמרא, אלעס וועט ער לאזן טון אבי נישט עפענען די גמרא.


א פרייליכן שבת.

#25 - יישר כח פאר די געשמאקע הכנסת אורחים אינעם נייעם הערליכן בנין אין שטאט סיגוט
הכרת הטוב, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... הי"ו


איך וויל דיר זייער באדאנקען פאר'ן מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים מיט אונז מיט אזא ווארעמקייט, מיט אזא ברייטע הארץ.


האסט אונז אריינגענומען אינעם נייעם הערליכן בנין אין שטאט סיגוט אין רומעניע. מיר זענען ארום געפארן אין אונגארן און רומעניע, מיר זענען אנגעקומען קיין סיגוט מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, דארט זענען מיר שוין געווען אזוי אפגעמאטערט, מיר האבן זיך זייער מחי' געווען. מיר האבן גענוצט די מקוה; אזא געשמאקע הייסע מקוה, עס שפירט זיך ווי אין וויליאמסבורג אדער קרית יואל.


אויך האבן מיר געדאווענט אויבן אין שול; א פראכטפולער שול, און מען האט געגעסן אונטן אינעם הערליכן עס-זאל. איך פאר מיר האב זיך מחי' געווען מיט די אוצר הספרים, מיט'ן ש"ס און מיט'ן זוהר; מיר האבן נישט גענוג ווערטער דיר צו דאנקען דערפאר.


איך בין אביסל שפעט, איך וואלט שוין לאנג געדארפט שרייבן, אבער איך בין פשוט פארנומען געווארן, עס איז מיר ארויס פון קאפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#24 - בזכות די הכנסת אורחים זאל דער אייבערשטער אייך בענטשן
הכרת הטוב, הכנסת אורחים, נחת, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה ירושלים עיר הקודש


 


לכבוד די חשוב'ע משפחת ... שתחיו, ירושלים


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען אויף וואס איר האט אלץ געטון פאר מיר אין ארץ ישראל; אנגעהויבן מיט די טיקעטס, די דירה און די געשמאקע סעודות; איך האב זיך געשפירט ווי אינדערהיים, די עסן איז געווען לייכט און היימיש, אלע טעמים.


בזכות די מצוה פון הכנסת אורחים זאל דער אייבערשטער אייך בענטשן מיט אלע ברכות און נחת פון די קינדער.


אייערע קינדער האבן געגעסן שבת ביינאכט מיט מיר, זיי האבן זיך אויפגעפירט אזוי ווי דערוואקסענע מענטשן, מיט א שטארקע דרך ארץ; זיי האבן דערציילט מעשיות פון תפלה, עס איז געווען ממש א מחי'.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

#23 - הכנסת אורחים ראטעוועט פון שלעכטס
קינדער, צניעות, חינוך הילדים, שטעטל, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי' ברסלב, ליבערטי


אוודאי און אוודאי זאלט איר ארייננעמען געסט אויף סעודות שבת, עס זענען דא יונגע משפחות אין שטעטל וואס האבן נישט זייערע עלטערן דארט, זיי זוכן וואו צו עסן סעודות שבת; איז א גרויסע מצוה אריין צו נעמען געסט.


געב נאר אכטונג עס זאל זיין מיט יראת שמים; די מענער זיצן אויבן אן נעבן דיר און די ווייבער פון אונטן ביי די אנדערע זייט, אויך זאלסטו זען מען זאל רעדן פון מעשיות פון תפילה, מעשיות פון הפצה, מעשיות פון צדיקים וכדומה.


הכנסת אורחים ראטעוועט פון שלעכטס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות הכנסת אורחים, חלק א', סימן ב): "עִיר שֶׁאֵין בָּהּ הַכְנָסַת אוֹרְחִים", א שטאט וואו עס איז נישטא קיין הכנסת אורחים, "בָּאִים לִידֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת", ברענגט דאס צו עבירות, "וְעַל יְדֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת בָּא עֲלֵיהֶם הֲרִיגָה", השם ישמרינו.


קינדער וואס וואקסן אויף מיט הכנסת אורחים – ווערן בעלי חסד. ביי מיינע עלטערן זעען שטענדיג געווען געסט, מען פלעגט איינקויפן ספעציעלע נאש און טרינקען ווען מיר האבן געהאט געסט; עס איז געווען אזא שמחה אין שטוב צו קענען מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים.

#22 - די שליסל פון קינדער ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט
קינדער, סגולות, רפואה, שטעטל, הכנסת אורחים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


זארג נישט וועגן קינדער, בארואיג דיין ווייב; זאג איר זי זאל נישט ווערן דערשראקן פון וואס דער דאקטער זאגט. דאס איז זייער זאך, זיי דערשרעקן מענטשן, זיי זאגן עתידות, זיי מיינען זיי ווייסן, זיי ווייסן גארנישט; קינדער האט מיט'ן אייבערשטן. די הייליגע חכמים זאגן (תענית ב.): "שְׁשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא [...] מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", די שליסל פון קינדער ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט.


פרעג דיין ווייב אויב זי איז וויליג אריינצונעמען געסט צו א סעודה, אויב זי איז מסכים - זאלסטו ארייננעמען בחורים וואס קומען אין שטעטל און האבן נישט וואו צו עסן. דער רבי זאגט (ספר המידות אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכֶּה אֶת הָאִשָׁה לְבָנִים", די מצוה איז מסוגל פאר קינדער.


אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן ספרי רבינו ותלמידיו, דאס איז מסוגל פאר קינדער.


 

#21 - א נארמאלע פלאץ זיך אביסל צו דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה
הכנסת אורחים, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, מנהגים, דאווענען, תחנון, ירושלים, פאליטיק, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך מוז ענק זאגן, איך הער כסדר גרוסן פון געסט וואס קומען אין שול ביי אייך; זיי שרייבן אז מען נעמט זיי זייער שיין אויף, מען מאכט יעדן איינעם שפירן גוט, דאס מאכט מיר זייער פרייליך. ווייל מוהרא"ש זאגט, וואס איז דער סימן ווען מען קומט אויף א פלאץ, ווי אזוי ווייסט מען אויב דאס איז א גוטע פלאץ? אויב מען נעמט שיין אויף, מען פרעגט דיר וואס מען קען דיר העלפן - דאס איז א גוטע פלאץ.


אזוי ווי מיר זעען ביי די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך (ספורי מעשיות, מעשה א), דער שני למלכות איז געקומען צו א פעסטונג, דארט איז געווען אלע עסן, אלע טרינקען און אלע שיינע זאכן, ער איז אריין אין די צימערן, דער רבי זאגט: "דער קעניג און קיינער פון זיי האט אים גארנישט געפרעגט", שפעטער האט דער קעניג'ס טאכטער געזאגט פאר'ן שני למלכות: "דא איז די פלאץ פון די נישט גוטע"; זאגט מוהרא"ש, אז מען קומט אין א פלאץ און קיינער פרעגט דיר גארנישט, קיינער זאגט דיר גארנישט - איז דאס א סימן פון א נישט גוטע פלאץ.


דא קענט איר זען א בריוו ווי א אינגערמאן פון חוץ לארץ וואס איז געווען אין ירושלים יום טוב סוכות שרייבט מיר:


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק אהיים נאכן זיין סוכות אין ארץ ישראל.
די באזוך יעצט אין ארץ ישראל איז גוט אריינגעקריצט אין אונזער הארץ, אזא געשמאקע באזוך האבן מיר קיינמאל נישט געהאט, אלעס צוליב די נייע היכל הקודש שול אין ירושלים.


די ערשטע מאל וואס וואס איך האב געהאט א שול וואו צו דאווענען און נישט געדארפט כאפן א שטיבלאך אדער שטיין אינדרויסן פון שול אין מאה שערים רעדן מיט מענטשן, א שול מיט זמנים וואס פאסט צו די הלכה און צוגעשטעלט צו די צייט ווען מענטשן שטייען אויף כדי אלע זאלן קענען מיט האלטן.


גלייך ווען איך בין אריינגעקומען, די ערשטע מאל, האבן מיר אלע אנגענומען אזוי ווי דער חשוב'סטער מענטש, כאטשיג כמעט קיינער האט מיך נישט געקענט; מען האט מיר ממש נישט געלאזט זיך שעמען אדער שפירן נישט איינגענעם.


אזא הכנסת אורחים, פון די ערשטע מינוט! עס איז פשוט געווען א גן עדן צו קומען ווייטער יעדע ליידיגע מינוט, און פארשטייט זיך נישט פארפעלן קיין איין תפילה.


עס איז פשוט נישט צום גלייבן אז עס געפונט זיך אזא שול אין ירושלים; יעדער איז גוט מיט אלעמען, אפילו יעדער קומט פון אן אנדערע חסידות, און יעדער איז געטריי און איבערגעגעבן פאר'ן שול.


ערב יום טוב האבן אלע אריינגעכאפט ריין צו מאכן די שול, אפילו עס איז דא איינער וואס דארף קומען ריין מאכן, פאר יעדע קידוש אדער סעודה כאפן אלע אריין ארויסצוהעלפן צוצוגרייטן.


יעדע תפילה שיקט דער משמש בקודש ר' ... צו א בעל תפילה און אלע גייען צו בשמחה, ממש נישט צו גלייבן; ביי די קידושים לערנט פאר הרב ... מיט אזא פשטות און חן.


איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז זי מוז אריינכאפן וואס מער צו קומען אין שול ביים דאווענען, און איך בין גרייט צו נעמען די בעבי, דער עיקר זי זאל שעפן חיות פון אזא שול, און זי פארשטייט זיך הערט טאקע נישט אויף צו נתפעל ווערן.


ממש אלע ספרים וואס מען דארף, אלעס איז צוגעשטעלט אזוי שיין.


ביי דעם רבינ'ס יארצייט איז געווען אזוי גוט צו זען ווי הרב ... געבט זיין סוכה און שטעלט צו א סעודה, און הרב .. ברענגט פיש; אלעס מיט א ברייטקייט, און אזוי ווייטער, יעדער העלפט ארויס.


יעדע מאל גרייט ר' ... מיט זיינע זין צו אלעס אזוי שיין, און אלע גליונות מיט קונטרסים ליגן מסודר גרייט אין שול. פאר'ן פארן האבן מיר געקענט קויפן ביים מרכז ההפצה פון ר' ... א שפע פון ספרים, סידיס און קמיעות, אלעס אזוי שיין מסודר מיט פרייזן.


אזוי אויך האבן מיינע קינדער געקויפט דארט קארטלעך און מפיץ געווען אין מאה שערים געגנט, אזוי אויך גליונות מיט עצתו אמונה.


וויפיל איך וועל שרייבן וועט דאס נישט זיין גענוג ארויס צו ברענגען מיין גוטע געפיל פון היכל הקודש אין ירושלים.


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער זיך ארויס צו געבן גענוג אויף די פלאץ.


אזעלכע בריוו באקום איך כמעט יעדן טאג; איך פריי זיך זייער אז עס איז דא א ליכטיגער ווינקל אין ירושלים אין די שענסטע פלאץ, אין מאה שערים; א פלאץ וואו מען קען זיך אביסל דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה, א נארמאלע פלאץ.


איך ווייס נישט אויב איר ווייסט, מוהרא"ש האט אלע יארן זייער שטארק געוואלט האבן א בית המדרש היכל הקודש דוקא אין ירושלים; עס איז געווען א שטיק צייט וואס עס איז געווען א בית המדרש, נאכדעם איז נישט געווען; יעצט איז נייע צייטן, יעצט הייבט אן דער רבי אריינקומען שטערקער און שטערקער אין די וועלט.


געדענקט, פארגעסט נישט וואס איז די זאך פון רבי'ן, פארוואס זענען מיר דא? פארוואס זענען מיר געקומען צום רבי'ן? אנטלויפט פון אלע פאליטיק, אנטלויפט פון אלע נארישקייטן; מיר זענען געקומען צום רבי'ן אז דער רבי זאל אונז רייניגן אונזער מח, מיר זאלן נאר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן גארנישט וועלן, נאר זיין בטל ומבוטל צום אייבערשטן.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים, בפרט די נייע ספרים פון מוהרא"ש, וואס איז אזוי אראפגעברענגט לעובדא ולמעשה דעם רבינ'ס שכל פאר אונז פשוט'ע מענטשן, ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מיר זאלן וועלן נאר איין זאך, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן - דער ווערט א גרויסער צדיק.


מיר פירן זיך צו זאגן ביי נפילת אפים מזמור כה: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", און מען האט אינזין דערביי: 'רבונו של עולם איך בין גרייט פאר דיר צו טון מסירות נפש, איך געב דיר אוועק מיין זעל'; די וועלט האט מורא צו זאגן דעם קאפיטל, ווייל אויב מען איז נישט גרייט אויף דעם, מען פאלט אויפ'ן פנים און מען זאגט דאס נאר מיט די מויל, מען האלט נישט ביי דעם - איז עס א סכנה, דעריבער זאגט מען: "רַחוּם וְחַנּוּן חָטָאתִי לְפָנֶיךָ וגו', ה' אַל בְּאַפְּךָ תוֹכִיחֵנִי, וְאַל בַּחֲמָתְךָ תְיַסְּרֵנִי"; אבער מוהרא"ש זאגט (סידור עת רצון, נפילת אפים), ווער עס וויל דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין אלע עבירות מיום הולדו זאל זאגן קאפיטל כה. מען לייגט אראפ דעם קאפ נאר ביים ערשטן פסוק, און בשעת מען פאלט אויפ'ן פנים זאגט מען די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", מען זאגט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין גרייט צו שטארבן פאר דיר", און מען האט אינזין בשעת מען זאגט 'אֵלֶיךָ ה'' די פיר שמות ע"ב ס"ג מ"ה ב"ן, דעמאלט איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות.


מיר פירן זיך צו פאלן אויף די לינקע האנט. עס איז א גרויסע מחלוקת אויף וועלכע האנט מען דארף מאכן נפילת אפים; דער מחבר פסק'נט (אורח חיים סימן קלא, סעיף א) מען זאל פאלן אויף די לינקע האנט, זאגט דער רמ"א אז ביי שחרית ווען מען האט אן די תפילין זאלן מען פאלן אויף די רעכטע האנט צוליב די כבוד פון די תפילין און ביי מנחה זאל מען פאלן אויף די לינקע האנט; אבער דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תמח) אז אמאל איז ער געווען אונטערוועגנס, ער האט געדאווענט שחרית און געפאלן נפילת אפים אויף די רעכטע האנט, און דער הייליגער צדיק רבי סעדיה גאון איז געקומען צו אים און אים געזאגט אז מען דארף פאלן נפילת אפים אויך ביי שחרית אויף די לינקע האנט, פון דעמאלט האט דער רבי אזוי געטון און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.


מען דארף נישט מורא האבן צו זאגן דעם מזמור, יעדער איד איז גרייט אויף מסירת נפש. בשעת דו זאגסט די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", זאלסטו זאגן: "הייליגער באשעפער איך געב זיך איבער צו דיר, איך בין גרייט אויף מסירות נפש" - וועסטו ווערן אינגאנצן ריין; בפרט ווער עס האט געזינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און וויל תשובה טון - זאל דאס טון, ער זאל זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך געב זיך איבער צו דיר".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך מוז מקצר זיין; עס איז ערב שבת, איך דארף שוין פארן מיט מיין משפחה צום שטעטל. איך גיי בדרך כלל יעדן שבת מברכים צו שטעטל, איך דארף שוין גיין; אויך וויל איך זייער זיין א שבת אין ירושלים אין בית המדרש.


א פרייליכן שבת.

#20 - וואס מיינט "שלעכטע תפילות" וואס מ'טאר נישט בעטן?
תפילה והתבודדות, צדיקים, הכנסת אורחים, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט, וואס איז פשט וואס רבי נתן בעט אין די תפילה (לקוטי תפילות, עד): "וְתִשְׁמְרֵנִי וְתַצִּילֵנִי מִתְּפִלּוֹת רָעוֹת", דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון שלעכטע תפילות, און דא הערסטו ביי די שיעורים אין ישיבה אז מען קען אלעס בעטן; דו ווילסט פארשטיין וואס מיינט שלעכטע תפילות, עס איז יא משמע אז אויף עפעס זאל מען נישט בעטן?


קוק אריין אין די תורה אויף וואס די תפילה גייט ארויף, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רט): "כִּי יָדוּעַ שֶׁיֵּשׁ לְכָל אָדָם תְּפִלּוֹת רָעוֹת", יעדער מענטש האט נישט גוטע תפילות וואס ער בעט, אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סג.): "גַּנָּבָא עַל מַחְתַּרְתָּא רַחֲמָנָא קַרְיָא", דער גנב איידער ער ברעכט זיך איין, בעט ער א שטילע תפילה פונעם אייבערשטן: הייליגער באשעפער, העלף מיר די גניבה זאל זיך גוט אויסארבעטן, קיינער זאל מיך נישט כאפן, "נִמְצָא אַחַר כָּךְ כְּשֶׁעוֹמֵד לְהִתְפַּלֵּל תְּפִלָּה הָרָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, אֲזַי בָּא הַתְּפִלָּה רָעָה וּמְבַלְבֶלֶת אוֹתוֹ", ווען דער מענטש וויל דאווענען צום אייבערשטן, ער וויל בעטן אויף גוטע זאכן, קומען די נישט גוטע תפילות און שטערן דעם מענטש; מען ווייסט נישט וואס איז א גוטע תפילה און וואס איז א שלעכטע תפילה, אדער חס ושלום א מענטש ליגט אין זיינע תאוות רעות, ער זוכט א שלעכט תאווה, בעט ער דעם אייבערשטן ער זאל קענען אויספירן זיינע שלעכטע זאכן.


וואס איז די עצה? זאגט דער רבי: "וְהַתִּקּוּן לָזֶה, הַכְנָסַת אוֹרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם", די עצה אויף דעם איז אריינצונעמען תלמידי חכמים ביי זיך אין שטוב, אז מען נעמט אריין אין שטוב תלמידי חכמים דעמאלט פאררעכט מען אלעס; ווייל דער צדיק לערנט אויס וואס צו בעטן און וויאזוי צו בעטן, דער צדיק לערנט אויס וואס איז גוט, וואס איז וויכטיג.


אויף די תורה בעט רבי נתן די תפילה: יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ, שֶׁתַּעַזְרֵנִי בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, וּתְזַכֵּנִי לְהַכְנִיס אוֹרְחִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים בְּתוֹךְ בֵּיתִי, וְאֶזְכֶּה לְקַבְּלָם בְּכָבוֹד גָּדוֹל וּלְכַבְּדָם בְּכָל עֹז וּפְאֵר, עַד שֶׁיַּעֲלֶה לְפָנֶיךָ מִצְוָה זוֹ שֶׁל הַכְנָסַת אוֹרְחִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים כְּאִלּוּ הִקְרַבְתִּי תְּמִידִין כְּסִדְרָן, וּבִזְכוּת זֶה תַּעַזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְהִתְפַּלֵּל תְּפִלָּתִי לְפָנֶיךָ בְּכַוָּנָה גְדוֹלָה בְּכָל לֵב וָנֶפֶשׁ, וּבְמַחֲשָׁבָה זַכָּה וּנְכוֹנָה לְשִׁמְךָ הַגָּדוֹל לְבַד בֶּאֱמֶת, וּבְלִי שׁוּם בִּלְבּוּל וְעִרְבּוּב הַדַּעַת, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת כְּלָל, וְתִשְׁמְרֵנִי וְתַצִּילֵנִי מִתְּפִלּוֹת רָעוֹת, וְלֹא יְבַלְבְּלוּ הַתְּפִלּוֹת רָעוֹת אֶת תְּפִלָּתִי הַקְּדוֹשָׁה, וּתְתַקֵּן וּתְזַכֵּךְ אֶת תְּפִלָּתִי, וְתִהְיֶה תְפִלָּתִי שְׁלֵמָה וּסְדוּרָה בְּפִי, וְיִהְיוּ נָא אֲמָרַי לְרָצוֹן לִפְנֵי אֲדוֹן כֹּל, וְתַעֲלֶה תְפִלָּתִי לְפָנֶיךָ לְרָצוֹן לְמַעְלָה לְמַעְלָה, וְתַעֲלֶה וְתִנָּשֵׂא לִהְיוֹת כֶּתֶר לְרֹאשְׁךָ, וּתְמַלֵּא כָּל מִשְׁאֲלוֹתַי לְטוֹבָה בְּרַחֲמִים, הַאֲזִינָה ה' תְּפִלָּתִי וְהַקְשִׁיבָה בְּקוֹל תַּחֲנוּנוֹתָי, וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן, אֱלֹקִים בְּרָב חַסְדֶּךָ עֲנֵנִי בֶּאֱמֶת יִשְׁעֶךָ, יֶעֱרַב עָלָיו שִׂיחִי, אָנכִי אֶשְׂמַח בַּה' יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם, בָּרְכִי נַפְשִׁי אֶת ה', הַלְלוּיָהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ארייננעמען דעם רבי'ן ביי אונז אין שטוב, די גאנצע שטוב זאל זיין געבויט אויף צדיקים; אז מען לעבט מיט א צדיק - דאס הייסט אריינגענומען תלמידי חכמים אין שטוב, דעמאלט ווייסט מען שוין וואס צו בעטן, מען ווייסט ווי אזוי צו בעטן, עס בעט זיך איין זאך: "טאטע איך וויל זיין גוט, טאטע איך וויל זיין ערליך, טאטע איך וויל זיין דבוק צו דיר בתכלית השלימות", מען וויל גארנישט, מען וויל גארנישט אויסער דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - געב אכטונג וועם דו נעמסט אריין ביי דיר אין שטוב
הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב אכטונג וועם דו נעמסט אריין אין שטוב, איך וויל נישט די שטעטל זאל זיין א פלאץ וואו אינגעלייט וואס צעטיילן זיך. אנטלויפן פון שטוב – קומען דא.


דא איז נישט קיין פלאץ פארדעם, נאכדעם וועל איך נאך זיין שולדיג; מען רעדט שוין גענוג אויף אונז, מען רעדט אויף ברסלב אז מיר האבן נישט קיין שלום בית, איך דארף נישט די זאכן.


פון איין זייט איז הכנסת אורחים א גרויסע מצוה, אבער פון די אנדערע זייט איז דאס א גרויסע סכנה און א גרויסע אחריות.


דערפאר בעט איך דיר, געב אכטונג וועם דו נעמסט אריין ביי דיר אין שטוב; דער אינגערמאן איז אנטלאפן, זיין ווייב רופט אים צו דין תורה, באלד קומט ארויס א סירוב אויף אים און אלעס וועט גיין אויף אונזער נאמען.