בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מוהרא"ש זאגט, דער הייליגער בית יוסף האט זוכה געווען אז מען האט אנגענומען זיין ספר, דער שלחן ערוך - צוליב די גרויסע ענוה וואס ער האט געהאט, און דער רמ"א האט זוכה געווען אז מיר אלע פסק'נען ווי דער רמ"א בזכות וואס ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה פון צדקה.
מוהרא"ש דערציילט, אין שטאט קראקא, דער שטאט וואו דער הייליגער רמ"א איז געווען רב - האט געוואוינט א שיכור יענקעלע, ער פלעגט יעדן טאג נאכן ענדיגן ארבעטן נעמען די געלט וואס ער האט פארדינט און דאס אויסטרינקען. איינמאל האט ער געהערט ווי אן ארעמע פרוי אן אלמנה זינגט זיך אזוי אונטער: "רבונו של עולם, יענקעלע גייט טרינקען ביר און ברוינפן און איך האב נישט אויף שבת צו מאכן", יענקעלע שיכור האט דאס געהערט און ער האט דאס נישט געקענט אראפשלינגען, ער האט גענומען די געלט און געלייגט ביי די טיר פון די אלמנה, ער איז אהיים און ער איז נפטר געווארן.
יענע נאכט, דער רמ"א זיצט אין שטוב און לערנט די הייליגע תורה, פלוצלונג קומט אריין א איד, יענקעלע און זאגט: "איך רוף דיך צו דין תורה אויבן אין הימל", דער רמ"א האט געמיינט ער מאכט שפאס, דער יענקל איז געווען א באקאנטער שיכור פון קראקא, ער האט זיך נעבעך געוואלגערט אין די גאסן, נישט אויפגעהערט טרינקען. דער רמ"א זאגט אים: "שטער מיך נישט פון לערנען, מאך נישט קיין חוזק פון מיר", אבער יענקעלע דער שיכור זאגט: "דער רב זאל מיך גלייבן, איך בין שוין א נפטר, איך האב א טענה צום רב".
דער רמ"א האט זיך אביסל דערשראקן, ער טראכט 'ווי אזוי איז ער אריינגעקומען צו מיר אין שטוב? עס איז דאך פארשפארט די טיר, זעט אויס עס איז נישט קיין וויץ'. ער פרעגט אים: "וואס איז דיין טענה אויף מיר?" זאגט ער: "דער רב פלעגט אלץ גיין נאך געלט אבער דער רב איז קיינמאל נישט געקומען צו מיר בעטן צדקה, יעצט ווען איך בין א נפטר זע איך אז צדקה ראטעוועט פון טויט, צדקה נעמט אראפ אלע עונשים, פארוואס האט דער רב נישט געבעטן פון מיר געלט?" האט דער רמ"א געזאגט: "ביזט גערעכט, גיי צום בית דין של מעלה און זאג 'איך רבי משה איסרליש טו תשובה, און פון היינט אן גיי איך מזכה זיין יעדן איינעם מיט די מצוה פון צדקה'".
על כן, איך וויל נישט דו זאלסט מיך רופן צו די דין תורה, וויל איך דיר יעצט בעטן דו זאלסט גיין נאך געלט צאמנעמען פאר קמחא דפסחא פאר אידן וואס דארפן געלט אויף יום טוב, און ברענג עס פאר די גבאים פונעם בית התבשיל, אדער דער גבאי פון ירושלים יצחק נרו יאיר, וועסטו נישט דארפן האבן צוטון מיט קיין דין תורה'ס.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.