בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי', מאנטריאל.
נעמט א דאקטער וואס איז אייך צום הארצן און פארשטייט זיך א דאקטער וואס וועט קומען מיט אייך אין שפיטאל.
אז דער דאקטער איז אייך נישט צום הארצן זאלט איר טוישן; עס איז זייער וויכטיג פאר א פרוי זאל זיין באקוועם מיט'ן דאקטער, עס איז גענוג די ווייטאג וואס מען האט וכו', זאל מען כאטש מיט'ן דאקטער זיין באקוועם.
זאגט אסאך נעמען פון צדיקים; עס איז דא א ספר שמות הצדיקים וואו רבי נתן האט צאמגענומען נעמען פון אלע צדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן יט): "מִי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָשׁוּב בְּעֵינָיו, יִכְתֹּב בְּסֵפֶר כָּל שְׁמוֹת הַצַּדִּיקִים וְהַתַּנָּאִים וְהַיְרֵאִים לְזִכָּרוֹן", ביי וועם דער אייבערשטער איז חשוב, זאל אפשרייבן די נעמען פון אלע צדיקים.
זאגט אסאך די נעמען, דאס איז מסוגל אויף גרויסע ישועות, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִין לְהָבִיא שִׁנּוּי בְּמַעֲשֵׂה בְּרֵאשִׁית", דורך זאגן די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות.
אז איר ווילט האבן גרינגע חדשים, אלעס זאל זיין גרינג - זאלט איר זיך איבערגעבן צום אייבערשטן; ווי מער איר וועט זיך איבערגעבן צום אייבערשטן אלץ גרינגער וועט אלעס אנקומען.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.