בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעמען יעדן טאג די מעדעצין פון הייליגן רבי'ן
תהלים, תשובה, אמונת חכמים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך איך בין צוריק געקומען פון ארץ ישראל, עס איז געווען זייער געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מיר האבן פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל דיך מחזק זיין, היות מיר זענען היינט אריין אין די ימי השובבי"ם, דער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז די טעג זענען זייער מסוגל תשובה צו טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; זאלסטו זאגן יעדן טאג תהלים, רבי נתן פלעגט אין די טעג פון שובבי"ם זאגן יעדן טאג צוויי מאל דעם יום תהלים, ווייל תהלים איז מסוגל פאר תשובה.


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט גערעדט פון רבי'ן. ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די תורה וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג), ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים, דער רבי זאגט אז יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה; ערשטנ'ס, נישט אלץ האט מען א געפיל פאר תשובה, צווייטנ'ס אפילו מען האט די געפיל ווייסט מען נישט וואס צו טון מיט די געפיל, און אז מען ווייסט שוין יא, דארף מען אסאך חיזוק נישט אויפצוגעבן ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אזויפיל צייט וואס מען וויל זיין אן ערליכער איד און מען טוט תשובה און מען האלט אין איין צוריק פאלן, אבער דורך זאגן תהלים, איז מען זוכה סיי צו באקומען די געפיל און וויסן וואס מען האט צוטון, און אויך צו האבן די שטארקקייט נישט צוריק צו פאלן.


מיר האבן גערעדט שבת אז מען דארף האבן אמונת חכמים, טון וואס דער רבי זאגט, נישט ווארטן אויף קיין געפיל; אזוי ווי ווען מען גייט צום דאקטער און ער געבט א מעדעצין מען זאל דאס נעמען יעדן טאג, וועט מען דאס טון, אפגעזען אויב מען האט יא א געפיל אדער נישט, און אזוי אויך צי מען פארשטייט אדער מען פארשטייט נישט, מען וועט טון וואס דער רופא זאגט, איז דאך זיכער ווען דער רבי זאגט אונז ווי אזוי מיר וועלן זוכה זיין צו תשובה דארף מען האבן אמונה און טון די עצות, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.