בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעמען מעדעצין צו שטארקן די נערווען?
תפילות אויף אידיש, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר גיין צום דאקטער נעמען מעדעצין צו שטארקן אייערע נערווען; אמאל פעלט עפעס א געוויסע זאך פאר די מח, איז א שאד צו ליידן.


די בעסטע מעדעצין איז חזר'ן אמונה, חזר'ן די ערשטע אני מאמין, חזר'ן די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם"; דאס שטארקט דעם מח, עס שטארקט די נערווען, עס נעמט אוועק אלע פחדים, אלע אבסעסיעס, מען ווערט געזונט, מען ווערט שטארק, מען ווערט פרייליך און צופרידן.


דער רבי האט גערעדט זייער אסאך פון אמונה, בפרט סוף ימיו האט דער רבי גערעדט נאר פון אמונה, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען, דאס היילט דעם מענטש. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה", דער עיקר אין לעבן איז אמונה, גלייבן אין אייבערשטן, גלייבן אז ער איז אלעס, ער טוט אלעס, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", מען דארף זיך זייער שטארקן אין אמונה, גלייבן אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער. "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים", ווייל עס זענען דא וואס ליידן, "שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", זיי האבן זייער שטארקע פיין, "וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", די פיין קומט נאר פון חסרון אמונה. אלע גייסטישע יסורים וואס מען ליידט, אלעס נעמט זיך פון נישט זיין שטארק מיט אמונה, "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל אז מען פאלט פון די אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", קומט אן די שטארקע פיין, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת", און קיין שום זאך קען נישט היילן די פיין און צער; נישט קיין מעדעצין, "וְלֹא תְּפִלָּה", נישט קיין תפילות, "וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און נישט זכות אבות, נאר איין רפואה איז דא - אמונה.


מרת ... תחי', זוכט זיך א ליידיגע פלאץ מיט פרייע מינוטן אין טאג, און רעדט צום אייבערשטן, בעטס אים פאר אמונה: "הייליגער באשעפער געב מיר אמונה, איך זאל וויסן אז דו ביסט דא, דו ביסט מיט מיר"; ווייל די גאנצע לעבן איז גאר אנדערש ווען מען לעבט מיט אמונה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה, חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה - איז אים דאס לעבן א לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", און ער פארברענגט זיינע טעג און יארן נאר מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל - איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם גַּם כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט גוט, ער ליידט יסורים חס ושלום - איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן, ווייל 'אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר', "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים עפעס שלעכטס האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה - האט א שיינע זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.