בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב נישט קיין כח צו קומען היינט אין שטעטל, איך בין זייער אפגעמאטערט פון יום טוב פורים. מיר זענען זיך צאמגעקומען אין ישיבה כמעט ביזן זמן כניסת שבת, מיר האבן געטאנצן; עס איז געווען שמחות און בכיות, מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון מרדכי הצדיק. א האלבע שעה פאר שבת בין איך אהיים העלפן מיין ווייב אנגרייטן דעם שבת.
פרייטאג צו נאכטס איז געווען זייער דערהויבן אין ישיבה; מען האט געדאווענט מיט אן אויסטערלישע שמחה. פאר קבלת שבת האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דאנקען דעם אייבערשטן, מיר האבן געזאגט נשמת, מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אינאיינעם; נאכדעם האבן מיר געטאנצן און געזינגען.
נעכטן נאכט מוצאי שבת איז מען נאכאמאל געווען אין ישיבה, מען האט געטאנצן ביז פארטאגס; די בחורים און אינגעלייט זענען געווען זייער פרייליך, מען האט מיר נישט אפגעלאזט וכו' וכו', איך בין זייער אפגעמאטערט.
עס זענען געווען זייער אסאך אינגעלייט פון שטעטל, זיי וועלן דיר דערציילן וואס דא האט זיך אפגעטון; אפשר וועט איינער פון זיי אפשרייבן דעם גאנצן יום טוב, אלע דיבורים, התחזקות וכו'.
זיי מיר מוחל אז איך קען נישט אננעמען ענקער פארלאנג ארויס צו קומען אין שטעטל, איך וועל בלייבן אין ישיבה פאר די היינטיגע סעודה.
איך וועל מיט'ן אייבערשטנס הילף זיין יום טוב פסח אין שטעטל. עס וועט זיין שיעורים אלע טעג, סיי יום טוב און אויך חול המועד. איך וועל אם ירצה ה' פארלערנען אלע טעג פאר'ן דאווענען שחרית די בלאט בבלי און ירושלמי.
חול המועד וועל איך דאווענען שחרית עלף אזייגער, פאר'ן דאווענען וועט זיין די שיעור אין בבלי און ירושלמי. אז איר ווילט קענט איר מאכן א מנין שחרית פריער, איך וועל דאווענען עלף אזייגער. פארנאכטס וועט זיין א שיעור התחזקות; מיר וועלן דאווענען מנחה אכט אזייגער און נאך מעריב וועט זיין א שיעור, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.