בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ס'איז נישט כדאי איבערצולאזן די ווייב און קומען קיין אמעריקע נאך געלט
שלום בית, צדקה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז דו ווילסט איר איבערלאזן פאר א חודש און קומען קיין אמעריקע מאכן געלט וכו'; זי שרייבט אז עס איז איר זייער שווער און זי וויל נישט דו זאלסט איר איבערלאזן אליינס מיט די קינדער.


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט כדאי איבערצולאזן די ווייב און קומען קיין אמעריקע נאך געלט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנחומא תזריע, ו): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה רוֹאֶה אֶת הַנְּגָעִים", עס איז געווען א כהן וואס פלעגט קוקן נגעים, "מָטָה יָדוֹ, בִּקֵּשׁ לָצֵאת לְחוּצָה לָאָרֶץ", מיט די צייט איז ער געווארן ארים און ער האט געוואלט ארויסגיין קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "קָרָא לְאִשְׁתּוֹ אָמַר לָהּ: בִּשְׁבִיל שֶׁבְּנֵי אָדָם רְגִילִין לָבֹא אֶצְלִי לִרְאוֹת אֶת הַנְּגָעִים, קָשֶׁה עָלַי לָצֵאת מֵעֲלֵיהֶם", האט ער גערופן זיין ווייב און איר געזאגט: עס איז מיר שווער אוועק צו גיין קיין חוץ לארץ ווייל מענטשן קומען דא כסדר ווייזן זייערע נגעים, "אֶלָּא בּוֹאִי וַאֲנִי מְלַמְּדֵךְ שֶׁתְּהֵא רוֹאָה אֶת הַנְּגָעִים", איך וועל דיר אויסלערנען ווי אזוי מען קוקט אויף א נגע, אזוי וועסטו קענען קוקן נגעים און איך וועל קענען פארן קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "אִם רָאִית שְׂעָרוֹ שֶׁל אָדָם שֶׁיָּבֵשׁ הַמַּעְיָן שֶׁלּוֹ, תְּהֵא יוֹדַעַת שֶׁלָּקָה", ער האט איר געלערנט אז אויב זי זעט ווי די קוואל פונעם האר איז פארטריקנט איז א סימן אז דער האר איז געשלאגן, "לְפִי שֶׁכָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ", ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדן האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן פרנסה צו לעבן, "יָבֵשׁ הַמַּעְיָן, יָבֵשׁ הַשֵּׂעָר", אבער אז דער קוואל איז טויט איז א סימן אז דער האר איז טויט, "אָמְרָה לוֹ אִשְׁתּוֹ, וּמָה אִם כָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ. אַתָּה שֶׁאַתָּה בֶּן אָדָם, כַּמָּה שְׂעָרוֹת יֵשׁ בְּךָ, וּבָנֶיךָ מִתְפַּרְנְסִין עַל יָדְךָ, לֹא כָּל שֶׁכֵּן שֶׁיְּזַמֵּן לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פַּרְנָסָה", האט אים זיין ווייב געזאגט: מה דאך אז דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדן האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן צו לעבן, איז דאך זיכער אז דו וואס דו האסט טויזנטער האר, דו האסט א ווייב און קינדער וואס נעמען פרנסה פון דיר וועט דיר דער אייבערשטער זיכער געבן פרנסה, "לְפִיכָךְ לֹא הֵנִיחָה אוֹתוֹ לָצֵאת חוּצָה לָאָרֶץ", זי האט אים זייער שטארק מחזק געווען און אים נישט געלאזט פארן קיין חוץ לארץ.


דאס זעלבע איז ביי דיר, רעד דיר נישט איין קיין איין רגע אז דא אין אמעריקע איז דא געלט; עס איז א גרויס רחמנות אויף די אלע אידן וואס שלעפן זיך ארויס פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ מאכן געלט, אין ארץ ישראל געבט מען אסאך שענער ווי דא אין אמעריקא.


דא אין אמעריקע מאכן די עשירים א געשפעט פון די משולחים; די גבירים פירן זיך מיט די משולחים גענוי ווי די אמאליגע פריצים. מען ליינט אין די מעשה ביכלעך ווי די פריצים פלעגן הייסן זייער מאשקע טאנצן בשעת זיי פלעגן מאכן זייערע סעודות, אזוי טוען די אמעריקאנע גבירים מיט די משולחים, מען וויל זיך אהערשטעלן פאר די ווייב און פארן איידעם ווי א שיינער איד אז מען האט געסט ביי די סעודה, הייסט מען זיי קומען צו א סעודה, בשעת די סעודה פרעגט מען זיי אויס אלע סארט פאליטיק וכו' און מוצאי שבת באקומט דער משולח א גאנצע צוואנציגער... די משולחים זענען אויסגעמאטערט פון א גאנצע וואך ארומלויפן נאך געלט, יעצט דארף ער זיצן כמה שעות ביי דעם פריץ און מארגן ביי דעם פריץ צו באקומען א צוואנציגער?! מען בעט אן המלצה; אויב האסטו פון בד"ץ איז גוט, דעמאלט באקומסטו א 'גאנצע דאללער'... אויב האסטו נישט פון בד"ץ וכו' פארשיקט מען דיר מיט בזיונות, און מיט אן המלצה פון בד"ץ האסטו ביזי בזיונות.


די ארץ ישראל'דיגע אידן מיינען אז אין אמעריקע וואלגערט זיך גאלד אויף די גאסן, מען קוקט אויף אן אמעריקאנער איד מיט קנאה וכו'; וויסן זאלסטו אז דא מוטשעט מען זיך אויך, דעריבער זאלסטו נישט קומען קיין אמעריקע בשעת וואס דו לאזט דיין ווייב אליינס.


ר' נתן האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס פלעגט קומען צו אים פאר חיזוק און יענער האט זיך אויך געדרייט ביי א צווייטן מפורסם וואס איז געווען פיל מיט ליצנות, האט אים ר' נתן אזוי געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם וכו', אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו גייסט צי יענעם קום נישט צי מיר"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "איך קען דיר נישט זאגן נישט צו קומען, אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו פארסט אוועק פון דיין ווייב פאר א חודש קום נישט צו מיר".


היכל הקודש איז א פלאץ וואו מען פאלגט דעם רבי'ן; דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דער יסוד שלום בית, וואס וועסטו האבן פון מאכן פעקלעך געלט? די פעקלעך געלט וועט דיר העלפן אין לעבן?! אנשטאט מאכן פעקלעך געלט גיי אהיים צו דיין ווייב און העלף איר זי זאל זיין געזונט און שטארק.


דיין ווייב שרייבט אז זי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די קינדער, זי דארף דיין הילף ביינאכט, זי שפירט ווי אירע כוחות לאזן זיך אויס; פארוואס זאלסטו זיך זוכן מצוות און נישט אהיים קומען ביינאכט? וואס איז די זאך פון 'ליל שישי' נישט אהיים צו קומען מיטן אויסרייד אז מען קען דעמאלט אסאך אויפטון וכו'?! אויף וואס ווארסטו, אז דיין ווייב זאל חס ושלום כאפן א נערוון צוזאמבראך? דו מיינסט אז דאס איז א שפילעכל? דו זעסט נישט ווי דער יצר הרע שפילט מיט דיר? ער נעמט דיר אוועק פון שטוב ליל שישי, נאכדעם שלאפסטו א גאנץ פרייטאג, אך און וויי אויב א קינד וויינט דעמאלט... דו ביסט אנגעצויגן, דיין ווייב איז אנגעצויגן און עס קומט נישט ארויס קיין גוטס דערפון. אז דו האסט חתונה געהאט קענסטו זיך נישט פירן ווי אלץ בחור, ביינאכט דארף מען זיין אין שטוב און מען קען נישט אוועק פארן פון שטוב פאר א חודש.


איך האף אז דו וועסט פאלגן און בלייבן אין שטוב, וועסטו האבן שפע ברכה והצלחה.