בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - סטראשען וועט גארנישט העלפן
תפילה והתבודדות, שלום בית, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די הודעה.


זאג פאר דיין שוואגער אז מיר זאל ער נישט סטראשען מיט פאליציי; איך בין דאס אלעס אריבער שוין פאר צען יאר צוריק. ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה פלעגן עלטערן קומען מיט פאליציי ארויס נעמען זייער קינד (דאס איז פארגעקומען אין דיינע יארן, ווען דו האסט דא געלערנט), זאל דיין שוואגער קומען מיט פאליציי ארויס נעמען זיין בחור.


אנשטאט ער זאל גיין מיט פאליציי צו די ישיבה פון וואו מען האט ארויס געווארפן זיין בחור, וואס דאס איז אנטקעגן די געזעץ, ווייל על פי חוק המדינה טאר מען נישט אוועק שיקן א תלמיד אינמיטן זמן וכו'; קומט ער מיר סטראשען און מיר דערשרעקן מיט פאליציי... זאג אים וואס חושי הארכי האט געזאגט פאר אבשלום אויף זיין טאטע דוד המלך (שמואל-ב יז, ח): "אַתָּה יָדַעְתָּ אֶת אָבִיךָ וְאֶת אֲנָשָׁיו כִּי גִבֹּרִים הֵמָּה וּמָרֵי נֶפֶשׁ הֵמָּה כְּדֹב שַׁכּוּל בַּשָּׂדֶה, וְאָבִיךָ אִישׁ מִלְחָמָה"; איך בין דאס אלעס שוין אריבער, עס איז נישט דא קיין געזעץ אז איך דארף ארויס שיקן א בחור וואס זעצט זיך אריין אין בית המדרש.


שטארק דיר צו דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין און דאווען מיט א סידור פון אינעווייניג; צדיקים האבן געטייטשט, עס שטייט אין די מגילה (אסתר ט, כה): "אָמַר עִם הַסֵּפֶר יָשׁוּב מַחֲשַׁבְתּוֹ הָרָעָה"; אז מען דאווענט אין א סידור איז דאס א סגולה אז מען זאל מכוון זיין פירוש המילות און אלע פרעמדע מחשבות זאלן אוועק גיין. אז דו וועסט דאווענען מיט מנין וועסטו האבן פרנסה בשפע.


פארגעס נישט צו העלפן אין שטוב; לאז דיר אפ פון אלע כלומר'ישע חברים. ווען דו ענדיגסט ארבעטן גיי גלייך אהיים און ווען דו גייסט דאווענען מנחה מעריב בלייב נישט אין גאס שמועסן מיט חברים, דאס איז אלעס א בלויזער דמיון, ווייל א מענטש האט קיינעם נישט בזה העולם, א מענטש איז איינער אליין; נאר דאס וואס ער ציט אויף זיינע קינדער על דרך התורה דאס וועט אים איבער בלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.