בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
לייגט אוועק אלע אייגענע חשבונות, לייגט אין די זייט אלעס אויף די וועלט; אבי נישט צו צעברעכן און חרוב מאכן אייער בית המקדש. על פי תורה גייט די ווייב וואוינען דארט וואו דער מאן וויל, דארפט איר גיין מיט אייער מאן; אזוי זאלט איר טון, אזוי וועט אייער שטוב בלייבן גאנץ.
לאזט זיך נישט פארפירן פונעם יצר הרע וואס בלאזט אויף אלע חסרונות און שוואכקייטן פון אייער מאן, ווייל יעדער איינער האט חסרונות און שוואכקייטן, די ארבעט פון א איד איז אויפצוזוכן גוטס ביי יענעם; זוכן דאס גוטס פונעם מאן, זוכן דאס גוטס פון יעדן פלאץ, בפרט אייער מאן איז דאך א טייערער אינגערמאן, אן ערליכער איד; דארפט איר זיין פון די העלדישע פרויען וואס האבן געבויט זייערע שטובער, געקוקט גוט אויף זייער מאן, געבויט דעם מאן.
בלייבט נישט קיין איין מינוט אליין; גייט צו אים, פרעגט אים וואו ער וויל וואוינען און דארט זאלט איר וואוינען. א שאד אזא שיינע שטוב זאל צעפאלן צוליב אזא שטות.
גלייבט מיר, איך ווייס וואס איך זאג, איך ווייס וואס איך רעד; מען קען זיך געפונען אין די אנדערע זייט וועלט און זיין נאנט צו היכל הקודש, און מען קען זיין אין שטעטל - און גארנישט האבן מיט היכל הקודש.
עס זענען דא ביי אונז משפחות אויסגעשפרייט אין אלע לענדער וואס לעבן און אטעמען דעם רבי'ן, אטעמען די הייליגע אמונה, זייער שטוב איז געבויט אויפ'ן רבינ'ס עצות און לימודים. איך האב א תלמיד אין ארגענטינא, ער איז דארט א מפיץ, ער לעבט דארט אין גן עדן, ווייל מיט'ן רבינ'ס לימודים, איז וואו מען איז - די גן עדן; ממילא איז א שאד זיך צו עקשנ'ען און צעברעכן די שטוב צוליב אזא שטות.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (עיין אשר בנחל חלק יב, מכתב א'תפה): "ווען דער יצר הרע זעט אן ערליכער איד - טשעפעט ער אן אין אים א משוגעת"; ביי אייך זאל נישט זיין קיין משוגעת'ן, לאזט נישט דעם יצר הרע אייך געווינען.
איך בין גרייט אייך מדריך זיין ווייטער אויף טריט און שריט, אבער נאר אז איר וועט לייגן אין די זייט אלע חשבונות און טון רצון השם.
איך האב תלמידים אין ארץ ישראל, אין קאנאדא, זיי לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות. עס איז זיי אזוי גוט, ווייל דעם רבינ'ס לימוד איז נישט באגרעניצט אין א פלאץ, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נו): "כְּשֶׁיֵּשׁ לְהָאָדָם לֵב" ווען מען האט א הארץ צום אייבערשטן, "אֵין שַׁיָּךְ אֶצְלוֹ מָקוֹם כְּלָל" איז ביי אים נישטא די זאך פון א פלאץ.
איך בעט פאר אייך איר זאלט האבן אסאך כח און שטארקע נערווען.