בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער פארנדיג צום רבי'ן אויף ראש השנה.
עס טוט מיר אזוי וויי, ממש עס רייסט מיר ביים הארץ וואס דו גייסט אריבער מיט דיין משפחה; זיי ווילן נישט רעדן מיט דיר און זיי וויל נישט האבן מיט דיר, מיט דיין ווייב און קינדער. אלעס צוליב דעם גרויסן חטא אז דו ביסט א ברסלב'ער, דו פארסט קיין אומאן אויף ראש השנה און פאר'ן שיקן די קינדער אין די ברסלב'ע מוסדות.
וואס זאלן מיר טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט; מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, כאילו ביי אונז איז א פלאץ פון הפקרות און קלות ראש, ווען באמת איז דאס פונקט פארקערט. ווי יעדער פרישער מקורב דערציילט ווי אזוי דער הייליגער רבי האט אים געטוישט דאס לעבן צו א לעבן מיט אמונה, א לעבן מיט חשבון הנפש און א לעבן מיט תכלית פון תורה ותפלה, וכו', וכו'.
דער רבי האט שוין דאס געזאגט פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַה מֶענְטְשׁ, אוּן קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", מען רעדט אויף דעם מענטש כל דבר אסור און אויף יענעם קריגט מען, זאגט דער רבי: "אויף יענעם קריג איך אויך".
איך בעט דיר זייער זאלסט נישט זיין צעבראכן; זיי מחזק דיין ווייב, קודם איז שוין אביסל גרינגער ווען אירע עלטערן רעדן שוין יא מיט ענק, נאך אביסל וועלן דיינע עלטערן רעדן מיט דיר און עס וועט זיך אלעס איבערדרייען לטוב.
א כתיבה וחתימה טובה.