בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב
איך בעט דיר זייער, אויב דו ווייסט אדער דו הערסט איינעם רעדן ביי אונז אין בית המדרש ניבול פה - זאלסטו מיר קומען דערציילן; איך וויל נישט אונזער שול, אונזער ישיבה וואס מיר האבן געבויט מיט בלוט און שווייס זאל צעפאלן. א ישיבה וואו מען רעדט ניבול פה - צעפאלט, א שול וואס מען רעדט דארט ניבול פה - קען נישט האבן קיין קיום.
איך בעט דיר, קום מיר דערציילן אויב דו הערסט רעדן ניבול פה. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה", ווער עס רעדט ניבול פה, "בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", איז א סימן אז זיין גאנצע מח און הארץ איז פול מיט שמוץ; ווער עס רעדט שמוציג – איז א שמוציגער, פון אזא איינעם דארף מען אנטלויפן.
עס גייט מיר נישט אן צו בלייבן מיט בלויז אפאר בחורים, איך דארף נישט קיין גרויסע ישיבה; איך דארף א ריינע ישיבה, די מויל דארף זיין ריין. זאל זיין ווער עס זאל זיין, אויב איך וועל הערן רעדן ניבול פה וועט מען נישט קענען זיין אין ישיבה.