בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ענדערש מאכן איין גרויסע קלאס און נעמען א העלפער
לערערין, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מרת ... תחי' האט מיר געפרעגט וואס מען זאל טון זומער ווען עס קומען נאך מיידלעך, אויב מען זאל ענדערש צוטיילן אייער קלאס אויף צוויי?


איך האב איר געזאגט, ענדערש נישט צוטיילן, נאר מען זאל אריינשטעלן א העלפער, ווייל איך וויל אלע קינדער זאלן לערנען ביי אייך. דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א פאך, א מתנה - ווי אזוי צו רעדן צו קינדער ווייך, שיין, מיט שכל און אין די זעלבע צייט זאל זיין א שטארקע דיסציפלין; דאס קען נישט יעדער באווייזן, דאס איז א מתנה; צו האבן ביידע כוחות, סיי עס זאל זיין סדר, און אויך איינגענעם - דאס איז א ריכטיגע מחנכת.


איך האף אז זומער וועט זיין גרינג פאר אייך, און אויב איר שפירט אז די ארבעט איז צו שווער - קען מען אלץ צוטיילן. איך טראכט מען זאל יא פרובירן מאכן א גרויסע קלאס און צונעמען נאך א טיטשער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה און סייעתא דשמיא.


איך בענק זיך נאך אייער מאן ... נרו יאיר; איך בין זיכער, ווען ער וואלט געוויסט ווי שטארק איך בענק זיך - וואלט ער אמאל זיך באוויזן פאר מיר.