בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'
יעצט האב איך הנאה פון ענק, צו זען ווי ענק גייען אן, ענק ווערן נישט צעפאלן. ענק דערמאנען מיר די ווארט וואס דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, דער תלמיד איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות - האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן - דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט מיט דעם אנגרייטן פארן לעבן, ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ, און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד. אזוי אויך יעצט ווען איך זע וואס ענק גייען אריבער און ענק זענען ווייטער פעלזן פעסט מיט ווייטער דינען דעם אייבערשטן און ווייטער זיין געטריי דעם רבי'ן, אים ווייטער העלפן אריינברענגען אין די וועלט די הייליגע לימודים, דו ביי די מענער און דו ביי די ווייבער, האב איך זייער הנאה און איך בין זייער איבערגענומען פון ענק.
פון ענקער שניט קומט ארויס אבנים טובות. אזוי ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ה'), דער צדיק האט אנגעווינטשן דעם מלך ער זאל האבן א זון וואס וועט זיין בלויז פון דיימאנטן און טייערע שטיינער, און מען האט דאס נישט געזען ביז ער האט זיך צעשניטן, און ווען מען איז געגאנגען אים באנדאזשירן האט מען געזען ווי עס קומט ארויס אן אבן טוב; האב איך געהערט פון א ברסלב'ער חסיד פשט, דעמאלט ווען עס גייט אריבער אויפן מענטש וואס עס גייט אריבער, מען צעשניידט אים, מען שטעכט אים, מען צעמאלט אים - דעמאלט זעט מען זיין התקרבות צום צדיק, ווי עס קומען ארויס דיימאנטן, דער מענטש דערהאלט זיך און גייט ווייטער אן מיט זיין עבודת השם, ודברי פי חכם חן.
יעצט האב איך הנאה פון ענק, יעצט קומט ארויס ענקער שיינקייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.