בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס בלייבט נאר וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטן און פאר אידישע קינדער
מוסדות, דרייוון, חסד, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד מיט'ן טראגן און ברענגען די קינדער צו חדר און צו סקול.


עס גייט אריבער די לעבן, וואס בלייבט? וואס נעמט מען מיט? דאס ביסל וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטן, פאר אידישע קינדער; דאס וועט בלייבן מיט אונז.