בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס איז זייער א גרויסע זאך צו דאווענען מיט אנשי שלומינו
זיכוי הרבים, חסידות ברסלב, בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב זיך זייער געפרייט צו דיין בריוו.


היינט האט מיר ... נרו יאיר געשיקט א בילד פון דיין שיעור, ווי דו לערנסט פאר דעם דף גמרא, איך האב זיך אזוי מחי' געווען צו זען ווי דו לערנסט פאר פאר בחורים און אינגעלייט.


אויף דיין פראגע צי דו זאלסט מאכן א מנין שחרית; אוודאי זאלסטו מאכן א מנין, עס איז זייער א גרויסע זאך צו דאווענען מיט אנשי שלומינו; יעדע תפלה וואס מען דאוונט מיט אנשי שלומינו איז גאר אנדערש, ווייל וואו עס געפונען זיך אנשי שלומינו וואס האלטן זיך באחדות - איז דער רבי דארט.


אין אנהייב וועט זיין שווער מיט מנין, אבער עס איז אלץ כדאי וכו' אבי עס זאל ווערן א מנין קבוע. עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם בריוו (אשר בנחל אידיש, מכתב ו) וואו מוהרא"ש דערציילט פון רבי לוי יצחק זכרונו לברכה, ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען צו מאכן דעם ברלסב'ן שול אין ירושלים. אפילו עס איז אים אויסגעקומען צו דאווענען ביחידות, האט ער ממשיך געווען ביז עס איז געווארן דער מנין קבוע.


מוהרא"ש שרייבט דארט: "עֶס הָאט מִיר דֶערְצֵיילְט הָרַב הַחָסִיד רֶבִּי לֵוִי יִצְחָק בֶּענְדֶער זַ"ל, וֶוען עֶר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אִין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל שְׁנַת תש"ט, אִיז גֶעוֶוען אַ קְלֵיין שְׁטִיבְּל פוּן בְּרֶסְלֶב'עֶר חֲסִידִים אִין מֵאָה שְׁעָרִים גֶעגְנְט, אַ גַאנְצֶע וָואךְ אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין מִנְיָן דָארְטְן, נָאר שַׁבָּת אִיז גֶעוֶוען אַ מִנְיָן מְצוּמְצָם. עֶר הָאט בַּאקוּמֶען אַ דִירָה אִין אַ גֶעגְנְט וָואס הָאט גֶעהֵייסְן לִיפְתָּא, דָאס אִיז בַּיים אַרַיינְגַאנְג צוּ יְרוּשָׁלַיִם. כְּדֵי עֶר זָאל קֶענֶען דַאוֶוענֶען מִיט בְּרֶסְלֶב'עֶר חֲסִידִים צוּזַאמֶען, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען צוּפִיס אַ וֶועג וָואס הָאט גֶענוּמֶען פוּן זַיין הוֹיז אִין לִיפְתָּא בִּיז מֵאָה שְׁעָרִים אַ שָׁעָה צַייט, אָבֶּער עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען מִיט עַקְשָׁנוּת. וִוינְטֶער אִין דִי קֶעלְט אוּן אִין דִי פְרֶעסְט, אִין דִי רֶעגְנְס, זוּמֶער אִין דִי הִיצְן, גָארְנִישְׁט הָאט אִים אָפְּגֶעהַאלְטְן. אוּן עֶר הָאט נִישְׁט גֶערוּט בִּיז עֶר הָאט פַארְגְרֶעסֶערְט דֶעם מִנְיָן שַׁבָּת. וֶוער סְ'אִיז נָאר גֶעוֶוען אַ בְּרֶסְלֶב'עֶר חָסִיד הָאט עֶר נִישְׁט אָפְּגֶעלָאזְט בִּיז עֶר הָאט אִים אִיבֶּערְגֶערֶעדְט אַז עֶר זָאל קוּמֶען דַאוֶוענֶען אִין בְּרֶסְלֶב'עֶר בֵּית הַמִדְרָשׁ, "וָואס הֵייסְט אַ בְּרֶסְלֶב'עֶר חָסִיד זָאל נִישְׁט דַאוֶוענֶען צְוִוישְׁן בְּרֶסְלֶב'עֶר חֲסִידִים?!" - אִיז גֶעוֶוען זַיין טַעֲנָה. אוּן אַזוֹי הָאט עֶר נִישְׁט אָפְּגֶעלָאזְט בִּיז עֶר הָאט פַארְגְרֶעסֶערְט דֶעם מִנְיָן.


דֶערְנָאךְ הָאט עֶר אָנְגֶעהוֹיבְּן מַאכְן אַ מִנְיָן אִינְדֶערְוָואכְן, וָואס אִיז אִים אָנְגֶעקוּמֶען זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער, וַוייל עֶר הָאט גֶעדַארְפְט גֵיין צוּפִיס פַארְטָאגְס, וֶוען עֶס אִיז נָאכְנִישְׁט גֶעוֶוען קַיין אוֹטוֹבָּאס. אוּן אַזוֹי הָאט עֶר זִיךְ גֶע'עַקְשְׁנְ'ט בִּיז סְ'אִיז גֶעוָוארְן אַ מִנְיָן אַ יֶעדְן טָאג, אֲפִילוּ סְ'אִיז אִים אוֹיסְגֶעקוּמֶען דַאוֶוענֶען בִּיְחִידוּת, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען דַאוֶוענֶען נָאר אִין דִי בְּרֶסְלֶב'עֶר שְׁטִיבְּל. (אִיךְ הָאבּ אִים גֶעפְרֶעגְט, "וָואס אִיז מִיט מִנְיָן?" הָאט עֶר מִיר גֶעעֶנְטְפֶערְט, "אִיךְ הָאבּ גֶעוואוּסְט דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן דֶעם עִנְיָן מַאכְן אַ מִנְיָן אוֹיפְ'ן רֶבִּינְ'ס נָאמֶען, אִינְדֶערְוָואכְן אוֹיךְ, קְדוּשָׁה אוּן בָּרְכוּ בִּין אִיךְ גֶעגַאנְגֶען הֶערְן אִין אַן אַנְדֶערְן שׁוּל, אָבֶּער גֶעדַאוֶוענְט הָאבּ אִיךְ בִּיְחִידוּת יֶעדְן טָאג אִין דֶעם שְׁטִיבְּל, בִּיז עֶס אִיז גֶעוָוארְן אַ מִנְיָן צוּפְרִי אוּן אוֹיפְדֶערְנַאכְט, שַׁחֲרִית, מִנְחָה, מַעֲרִיב")."


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים, דיר מדריך זיין ווי אזוי מען איז מצליח צו מאכן א מנין קבוע.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.