בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס טוט מיר וויי אז דו ביסט נישט געגאנגען שטימען
שטעטל, התבודדות, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל נישט זיין אחד בפה ואחד בלב, איך האב עפעס א זאך וואס באדערט מיך, איך וויל עס אויסשמועסן מיט דיר.


מען האט מיר געוויזן אז ביי די פאריגע וואלן אין שטעטל האסטו געזאגט אז דו האסט געשטימט, אבער למעשה ווייזן זיי אז דיין נאמען איז נישט דארט; פון די גאנצע שטעטל, פון הונדערט פופציג משפחות – האבן פיר מענטשן נישט געשטימט, דו מיט נאך א קאפל, מיט נאך א ווייבל.


קען זיין דו ווייסט נישט ווי וויכטיג דאס איז, איך בין דיך דן לכף זכות, אבער מיר טוט דאס וויי. איך ארבעט ביטער שווער צו באקומען טובות פון די רעגירונג'ס באאמטע, און די איינציגסטע שפראך וואס זיי פארשטייען – איז די וואלן, נאר דאס רעדט צו זיי; וואלסטו ווען געדארפט גיין אפגעבן דיין שטימע.


מיר ארבעטן אזוי שווער פאר די איינוואוינער, סיי צו מאכן ביליגער דאס צאלן שטייער, סיי צו קענען באקומען בענעפיטן, פראגראמען פאר משפחות וואס נויטיגן זיך אין הילף, סיי מיט באקומען ערלויבעניש צו קענען בויען הייזער, מוסדות, שולן, סיי אויב איינער פארהאנקערט זיך מיט די געזעץ, יענעם צו העלפן – זאל מען יענעם קענען העלפן. דעריבער נעם איך פערזענליך אז דו ביסט נישט געגאנגען שטימען, איך זאג דיר דאס ווייל איך וויל לעבן מיט דיר בשלום, איך קען נישט זיין אחד בפה ואחד בלב.


גיי התבודדות יעדן טאג, זוך אין שטעטל א שטילע וועלדל, גיי אהין און בעט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן שפע, איך זאל האבן שלום בית, נחת"; דורך התבודדות זעט מען ישועות.