בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#10 - מאוויס ווארפט אראפ דעם מענטש אין די גרעסטע טומאה
אמונה, מאוויס, היטן די צייט, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך אנצוהויבן פונדאסניי, הויב אן פונדאסניי זיך בענקען צום אייבערשטן, און נעם אריין אין דיר אמונה, גלייב באמונה שלימה אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; דומם צומח חי מדבר, הכל לכל איז אייבערשטער, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם.


מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, קיינער קען דיר נישט העלפן, קיינער קען דיר נישט שלעכטס טון, אלעס איז נאר דער אייבערשטער, און אז דו וועסט דאס ארייננעמען אין דיר - וועסטו פטור ווערן פון אלע דיינע צרות, ווייל דער גאנצער גלות איז ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן.


ווען דו גייסט שטימען זאלסטו דאס מאכן נאר לפנים, פארגעס נישט פאר איין סעקונדע ווער דער פירער איז, ווער עס מאכט די פרייזן, די שטייער, וכו' וכו', אלעס דער אייבערשטער אליין.


מען האט שוין גערוקט דעם זייגער, עס הויבט זיך אן די גאלדענע נעכט. דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו רופט אן די ווינטער נעכט - די 'גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זייער אסאך דינען דעם אייבערשטן; וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט האלטן אין שטוב קיין קאמפיוטער, סמארטפאון, טעבלעט וכדומה, קוק נישט קיין מאוויס; נישטא נאך א זאך וואס פארברענט די נשמה פונעם מענטש ווי מאוויס.


קוק נישט קיין מאוויס, מאוויס ווארפט אראפ דעם מענטש אין די גרעסטע טומאה, מען איז נאכדעם פוגם בברית רחמנא לצלן, מען פארלירט אלעס. ווייל די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה איז אזוי געפערליך, די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן איז חייב מיתה, "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; דאס אלעס קומט פון קוקן מאוויס רחמנא לצלן, דאס איז וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", ליידיגגיין ברענגט צו עבירות, און צו דעפרעסיע, אויך זאגט דער רבי (ספר המידות אות ניאוף, סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָתוֹ מְרֻבָּה וכו'", דער ליידיגייער וואס טוט גארנישט - דער האט אסאך נסיונות און פאלט אראפ אין עבירות, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - די גאלדענע ווינטער נעכט
שלום בית, עבודת השם, היטן די צייט, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט שוין גערוקט דעם זייגער, עס הויבט זיך אן די גאלדענע נעכט. דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו רופט אן די ווינטער נעכט - די 'גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זייער אסאך דינען דעם אייבערשטן. וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט ארויסגיין ביינאכט פון שטוב, דאווען מעריב וואס פריער און בלייב אין שטוב; אדער גיי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס, (מען קען זאגן תיקון חצות ביזן עלות השחר), אדער בלייב אין שטוב לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז א אינגערמאן האט נישט וואס צו זיין אינדרויסן פון שטוב ביינאכט, נאר בלייבן אין שטוב לערנען אין שטוב. אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט דיין ווייב זיך זייער פרייען, זי וועט דיך מחשיב זיין, זי וועט דיך ארויפקוקן, דיין שלום בית וועט ווערן גאר גוט.


אפילו פרייטאג צו נאכטס, ווען עס איז איינגעפירט ביי אנדערע פלעצער צו גיין צו טישן וכו' - איז ביי אונז נישט אזוי, מוהרא"ש זאגט, א אינגערמאן האט נישט וואס ארויס צו גיין פרייטאג צו נאכטס, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב, און איך זאג קלאר אז די באטעס ביי מיר - איז נישט פאר אברכים, עס איז אויסדריקליך נאר פאר בחורים, אינגעלייט האבן נישט וואס ארויס צו גיין פון שטוב.


מארגן איז דא וואלן אין אמעריקע, מיליאנען מענטשן זענען פארקאכט און איינגערעדט אז די וואלן איז זייער ישועה, איך בעט דיר זאלסט חזר'ן אמונה, חזר זיך 'דער אייבערשטער איז אונזער ישועה'; די אינטערעסט (פראצענט), די געז, די טעקסעס - אלעס ווערט געפירט דורך דעם אייבערשטן מיט א פינקטליכע השגחה, נישט דער ער און נישט דער זי - וועט זיין אונזער ישועה.


איך בעט דיר נאכאמאל, גיי נישט ארויס ביינאכט פון שטוב, לייג זיך פרי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - די וואלן אין אמעריקע
התחזקות, תשובה, הלכה, נייעס, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביסט אראפגעפאלן? הייב זיך אויף, און גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער נעמט אן דיין תשובה און האט ווייטער א נחת רוח פון דיין עבודת השם. אויבן אין הימל האט דער אייבערשטער טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מלאכים וואס האבן נישט קיין בחירה און האבן נישט קיין נסיונות, נישט קיין ווייב און נישט קיין קינדער; דער אייבערשטער האט אונז באשאפן ווייל דאס איז די גרעסטע תענוג און נחת רוח, צו זען ווי מיר הייבן זיך אויף און מיר קומען נאכאמאל און נאכאמאל צוריק צו אים.


די וואך איז די וואלן אין אמעריקע, מענטשן זענען פאר'כישופ'ט פאר די וואלן, מען פארגעסט אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס און ער מאכט אלעס; לאז אפ די נייעס, לאז אפ די שטותים, נישט ער קען אונז העלפן און נישט זי וועט אונז העלפן, נאר דער אייבערשטער וועט אונז העלפן, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס.


מאך זיך א שיעור אין איבער'חזר'ן די הלכות וואס איז נוגע פאר בויען א אידישע שטוב, א ריינע שטוב. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אונז שטענדיג זאגן אז דער גרויסער צדיק רבי אורי פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט איבערגע'חזר'ט מער פון טויזנט מאל הלכות טהרה, איז דאך זיכער אז מיר פשוט'ע אידן דארפן דאס חזר'ן אן א שיעור מאל, אז מיר זאלן נישט חס ושלום נכשל ווערן אין די הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - דורכגעפאלן ביי די וואלן
מוסדות, שטעטל, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו העלפסט אונזער קהילה, קהילת היכל הקודש קרית ברסלב, בפרט מיט די וואלן.


איך האב געהערט די נייעס דא אין מירון אז אונזערע וואלן איז דורכגעפאלן, די נעמען וואס מיר האבן אריינגעשטעלט האבן נישט געווינען. איך האף דו נעמסט עס נישט צום הארצן, נאכן ארבעטן ביטער שווער אזא לאנגע צייט און באקומען אזא פאטש אין פנים; גלייב מיר ברודער, איך האב ניטאמאל געגעבן איין שלונג ביים הערן די נייעס, און נאך מער, איך האב נישט מתפלל געווען אפילו איין תפילה אז אונזערע מענטשן זאלן געווינען, ווייל ווי ווייס איך וואס איז די טובה פון די זאך? איך האב נאר געבעטן א גאנצע צייט: "הייליגער באשעפער, מאך גוט פאר אונזער קהילה", און דאס בעט איך ווייטער.


וועסט מיר פרעגן, אויב אזוי וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע שווערע קאמפיין? דער תירוץ איז, איך בעט דעם אייבערשטן פאר די מוסד, און אז זיי מאכן אונז שוועריקייטן, זיי געבן אונז נישט קיין באסעס פאר אונזערע קינדער, און זיי ווילן זיך אריינמישן אין אונזער חינוך הבנים והבנות, האב איך געבעטן די הנהלה לאמיר דאס טון, אבער איך האב אלץ געדענקט אז איך ווייס גארנישט, איך ווייס נישט וואס איז גוט, האב איך נאר געבעטן דעם אייבערשטן: "נחנו בדרך אמת, פיר מיך אויפן אמת'ן וועג, מאך גוט פאר אנשי שלומינו, אונזערע קינדער זאלן האבן אן ערליכע חינוך על פי תורה, נישט וואס די טמאים ווילן טון, הי' לא תהי'"; זאלסטו נישט זיין צעבראכן, נאר זיין זייער פרייליך.


איך בעט פאר דיר, פאר דיין הצלחה.

#6 - ארויסהעלפן די שטעטל און די קהלה
שטעטל, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די קהילה. די חברי הנהלה ארבעטן זייער שווער בייטאג און ביינאכט, און זיי בעטן זיך, הלואי זאלן קומען נאך אינגעלייט העלפן. יעצט דארף מען הילף מיט די וואלן, און א גרויסן יישר כח פארן זיך מתנדב זיין צו העלפן צאמנעמען די חתימות פאר די וואלן.


טו מיר די טובה, יעדע פאר טעג זאלסטו פרעגן דיין שוואגער מנחם נרו יאיר, חבר הנהלה - וואס דו קענסט העלפן די שטעטל, וואס דו קענסט טון פאר די טובה פון די קהלה.


לערן יעדן טאג משניות און גמרא, דער רבי זאגט: "מעט גם כן טוב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - עס טוט מיר וויי אז דו ביסט נישט געגאנגען שטימען
שטעטל, התבודדות, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל נישט זיין אחד בפה ואחד בלב, איך האב עפעס א זאך וואס באדערט מיך, איך וויל עס אויסשמועסן מיט דיר.


מען האט מיר געוויזן אז ביי די פאריגע וואלן אין שטעטל האסטו געזאגט אז דו האסט געשטימט, אבער למעשה ווייזן זיי אז דיין נאמען איז נישט דארט; פון די גאנצע שטעטל, פון הונדערט פופציג משפחות – האבן פיר מענטשן נישט געשטימט, דו מיט נאך א קאפל, מיט נאך א ווייבל.


קען זיין דו ווייסט נישט ווי וויכטיג דאס איז, איך בין דיך דן לכף זכות, אבער מיר טוט דאס וויי. איך ארבעט ביטער שווער צו באקומען טובות פון די רעגירונג'ס באאמטע, און די איינציגסטע שפראך וואס זיי פארשטייען – איז די וואלן, נאר דאס רעדט צו זיי; וואלסטו ווען געדארפט גיין אפגעבן דיין שטימע.


מיר ארבעטן אזוי שווער פאר די איינוואוינער, סיי צו מאכן ביליגער דאס צאלן שטייער, סיי צו קענען באקומען בענעפיטן, פראגראמען פאר משפחות וואס נויטיגן זיך אין הילף, סיי מיט באקומען ערלויבעניש צו קענען בויען הייזער, מוסדות, שולן, סיי אויב איינער פארהאנקערט זיך מיט די געזעץ, יענעם צו העלפן – זאל מען יענעם קענען העלפן. דעריבער נעם איך פערזענליך אז דו ביסט נישט געגאנגען שטימען, איך זאג דיר דאס ווייל איך וויל לעבן מיט דיר בשלום, איך קען נישט זיין אחד בפה ואחד בלב.


גיי התבודדות יעדן טאג, זוך אין שטעטל א שטילע וועלדל, גיי אהין און בעט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן שפע, איך זאל האבן שלום בית, נחת"; דורך התבודדות זעט מען ישועות.

#4 - יישר כח פאר'ן מיטארבעטן מיט די חברי הנהלה אין שטעטל
תהלים, שטעטל, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן אין שטעטל מיט די וואלן, א גרויסער יישר כח פארן מיט ארבעטן מיט די חברי הנהלה וואס העלפן מיר מיט מסירות נפש יומם ולילה.


זאג יעדן טאג תהילים – וועסטו זען ניסים.

#3 - איינשרייבן די משפחות פון שטעטל פאר די שטימען
שטעטל, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


פאריאר האסטו זייער געהאלפן מיט איינשרייבן אלע משפחות פון שטעטל און פון ארום די שטעטל - פאר די שטימען; איך וויל וויסן אויב דו ביסט נאכאלץ דערביי צו העלפן - אדער נישט, ווייל ווי איך פארשטיי פון האברך ... נרו יאיר ווערן זאכן נישט געטון, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט דאס ווייטער טון, און איך וועל נישט זיין בייז אויב נישט. עס איז דא נאך געטרייע אינגעלייט וואס ווילן העלפן אויפבויען קהילת היכל הקודש; ביטע לאז מיר וויסן.


וואויל איז דעם וואס איז משמש דעם רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן פו): "בָּעוֹלָם הַזֶּה כָּל הָרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ מְקָרֵב, אֲבָל בָּעוֹלָם הַבָּא אֵין מְקָרְבִין אֶלָּא הַמְקֹרָבִין מִכְּבָר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - א מקוה אין די נייע געגנט, מקוה רחל שמחה
מקוה, צדקה, שטעטל, ניחום אבלים, וואלן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן פון קיין צער און ווייטאג.


יעצט הער איך אז דו ביסט מנדב די מקוה אין די נייע געגנט פון ירושלים לעילוי נשמת דיין שוועסטער וואס איז יעצט נפטר געווארן, דאס איז א גרויסע זכות פאר איר נשמה; זאלסט א נאמען געבן די מקוה "מקוה רחל שמחה".


נעם אן די ניחום אבלים בכתב. זיי מיך דן לכף זכות, איך בין זייער טרוד. איך האב געטראכט ארויסצוקומען צו דיר, אבער יעצט זע איך אז עס איז נישט שייך; נעם אן די בריוו אזוי ווי איך וואלט געקומען.


בנוגע די וואלן וואס גייט יעצט זיין; מיר אידן האבן נישט קיין שייכות - נישט לכאן און נישט לכאן. אבער אז איינער פון די וואס לויפן זענען גרייט צו העלפן אונזער קהילה; מען זאל נישט צאלן הויכע שטייער און לאזן מאכן שולן און מוסדות - וועלן מיר שיקן די גאנצע קהילה זיי ערוועלן. איך וועל נאך רעדן מיט דיר אין אן אנדערע געלעגנהייט.

#1 - זיכער מאכן אז די קהלה גייט ארויס שטימען
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, וואלן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


אפשר קענט איר העלפן אונזער קהילה, יעצט איז די צייט וואס מען וועלט וכו' און איז די קהילה וועט גיין שטימען קענען מיר האבן טובות פון זיי, און אז דאס זאל צושטאנד קומען דארף זיין איינער וואס שטייט אויף דעם. רופט יעדן איינעם, זיצט מיט א חשבון אויף יעדע משפחה, אזוי שטעלן זיי זיך צו און מיר וועלן קענען ווייטער בויען די ברסלב'ער שטעטל.


ביטע זאגט מיר נישט אפ, ביטע מאכט א גרופע פרויען וואס זאלן אייך העלפן; סיי מיט רופן יעדן איינעם, סיי מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס.


יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן רבי'ן מיט'ן ציל צו העלפן פארשפרייטן דעם רבי'ן איז א גרויסע טובה פאר'ן נפש, רוח ונשמה, און דאס בלייבט אויף אייביג.


לאזט מיר וויסן יא אדער ניין, ווייל היינט הויבט זיך אן די שטימען.