בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
עס קומט יעצט דער הייליגער יום טוב פורים, מען קען זיך דערנענטערן צום אייבערשטן דורך מרדכי הצדיק וואס לערנט אונז מיר זאלן שטענדיג גיין צום אייבערשטן, די גאנצע מגילה דרייט זיך ארום מיט די ווערטער (אסתר ה, יג): "מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ", מרדכי זיצט ביים טויער פון קעניג, מרדכי גייט אלץ צוריק צום אייבערשטן.
טייערער ברודער, פרוביר אויס די עצה פון מרדכי הצדיק, פון גיין צום אייבערשטן. די עצה פון המן ארבעט נישט, זיין טרויעריג, "אָבֵל וַחֲפוּי רֹאשׁ" (שם ו, יב), - דאס ארבעט נישט; די עצה פון צדיקים, זיך נישט מייאש זיין פון גיין צום אייבערשטן – די עצה העלפט.
פורים אינדערפרי זאלסטו גיין אין מקוה און גיין א שפאציר, התבודדות; זיך אויסבעטן זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר.