בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך האב זייער הנאה צו הערן אז איר שפירט זיך שוין אסאך בעסער; איך בעט אסאך פאר אייך איר זאלט זיין געזונט און שטארק.
זעט אכטונג צו געבן אויף זיך צו עסן גוט און שלאפן גענוג שעה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "יֵשׁ כַּמָּה שְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים הַמִּתְדַּבְּקִים וּמִתְחַבְּרִים בְּהַמֹּחַ, וּבִפְרָט בִּלְבּוּלֵי הָאֱמוּנָה, וְעַל־יְדֵי הַשֵּׁנָה נִפְרָדִים מֵהַמֹּחַ", ווען א מענטש שלאפט דעמאלט ווערט געשטארקט זיין אמונה. ווייל במשך דעם טאג זאמלען זיך אן אין קאפ אסאך שלעכטע מחשבות, פחדים און דמיונות, וכו', און שלאפן נעמט דאס אוועק; אזוי ווי מען זעט ווען עס ווערט ביינאכט איז מען פאר'דאגה'ט - יעדער מיט זיינע דאגות, נאכדעם לייגט מען זיך שלאפן, און אינדערפרי ווען מען שטייט אויף זענען אלע דאגות אראפ פונעם קאפ, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ".
איר שרייבט אז אייער גוף ווערט ממש אפגעשוואכט פון פחדים, איר שפירט ווי אייער קערפער ווערט צוזאמגעצויגן וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן ח): "פַּחַד מַכְחִישׁ כֹּחוֹ שֶׁל אָדָם", פחדים שוואכט אפ דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוּף קָשָׁה, פַּחַד שׁוֹבְרוֹ", פחדים צעברעכט דעם מענטש; מען שפירט ווי מען ווערט אויס מענטש.
מיר האבן אבער א גרויסער דאקטער; דער רבי איז אונזער דאקטער. א צדיק ווערט אנגערופן 'דאקטער' (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל) ווייל ער היילט אונז אויס בגשמיות וברוחניות; דער רבי האט זייער גוטע עצות און סגולות פאר איינעם וואס ליידט אויף פחדים. נעמטס דעם "ספר המידות", וועט איר זען דארט זייער שיינע עצות אויף אייערע פחדים. דער רבי זאגט (שם, ג): "עַל-יְדֵי בִּטָּחוֹן תִּנָּצֵל מִפַּחַד", אז מען גלייבט אינעם אייבערשטן גייען אוועק די פחדים; מען גלייבט אז קיינער קען מיר גארנישט טון און עס קען גארנישט פאסירן נאר וואס דער אייבערשטער וויל. מען חזר'ט זיך איין די אמונה אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. נאך זאגט דער רבי (שם, ד): "סְגֻלָּה לְבַטֵּל אֶת הַפַּחַד, לִזְכֹּר אַבְרָהָם אָבִינוּ", א סגולה אוועק צו נעמען פחדים מען זאל טראכטן פון אברהם אבינו; נאך זאגט דער רבי (שם, ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", צדקה נעמט אוועק פחדים; דערפאר, יעדעס מאל איר שפירט ווי עס זענען זיך מתגבר אויף אייך די שלעכטע מחשבות, זיי דערשרעקן אייך מיט אלע שלעכטע נארישע מחשבות, זאלט איר אריין לייגן א פעני אין צדקה פושקע און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז מיינע מחשבות זאלן מיר נישט פייניגן".
איינע פון די עצות וואס דער רבי זאגט איז (שם, יא): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט פחדים זאל זינגען לעבעדיגע ניגונים; מיר האבן ארויס געגעבן זייער שיינע סידיס וואס ענטהאלטן לעבעדיגע ניגונים פון אמונה, עס איז שוין דא צוויי חלקים, ווי מיר זינגען מיט די תלמידי הישיבה ניגונים פון אמונה, דאס זאל ארבעטן ביי אייך אין שטוב און דאס וועט אייך ברענגען א רואיגקייט. דער רבי זאגט אז דורך ניגונים ווערט מען אויסגעהיילט; דאס גייט ארויף אויף ניגונים פון אמונה, ווייל ווי מער א מענטש טאנצט מיט ניגונים פון אמונה, ער זינגט צו זיך: "קיינער קען מיר גארנישט טון", "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט", "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפינט זיך אויף יעדע ארט", ווערט ער ארום גענומען מיט א רואיגקייט און אלע שלעכטע מחשבות גייען פון אים אוועק.
בנוגע וואס איר שרייבט אז יעדעס מאל איר ליינט א צייטונג גייט אריין אין אייך שרעק און פחדים וכו'; דאס איז נישט נאר ביי אייך, דאס איז ביי אלעמען אזוי. דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו, דער מונקאטשער רב זאגט: "דאס וואס מיר האבן אין די תוכחה (ויקרא כו, לו): "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף", דאס גייט ארויף אויפן צייטונג. ווער עס ליינט צייטונגען ווערט גערודפ'ט פון דעם, זיי דערשרעקן יעדן איינעם מיט זייער נייעס, דער צייטונג איז דער "עָלֶה נִדָּף" - א פארשטינקענעם בלאט"; דעריבער וואס פעלט אייך אויס אריין צו ברענגען אין שטוב צייטונגען, בעסער נעמט מעשה ביכלעך פון צדיקים, ליינט דאס פאר אייער קינדער, ענדערש ווי אריין צו ברענגען צייטונגען אין שטוב.
מוהרא"ש זאגט: "כל זמן אינעם קעפל פונעם צייטונג שטייט נישט די ווערטער: "דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און אלעס פירט זיך מיט א פונקטליכער חשבון", איז דער גאנצע צייטונג איין שטיק שקר און איין שטיק ליצנות; אלע פון זיי ווילן ווייזן אז זיין מנהיג איז גרעסער וכו'".
בנוגע קינדער וכו'; יעצט איז נישט קיין צייט צו טראכטן פון קינדער, יעצט דארפט איר זיך אפרוהען און זיין א מאמע פאר אייערע ליכטיגע קינדער. דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט ליכטיגע קינדער, וויפיל אידישע פרויען שטייען און ווארטן שוין זיי זאלן זוכה זיין צו האבן א קינד. אז דער אייבערשטער האט אייך געהאלפן איר האט זוכה געווען צו קינדער, דארפט איר נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. יעדע זאך האט זיין צייט; יעצט איז א צייט פון זיך אכטונג געבן אז איר זאלט האבן כוחות אנצוגיין אין לעבן.
איר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן א תפילה וואס איר זאלט זאגן. איך שרייב אייך דא א תפילה, אבער דער עיקר זאלט איר אויסשמועסן אייער צעבראכענעם הארץ צום אייבערשטן; פארציילט אים פונקטליך אייערע פחדים און וויינט זיך אויס צו אים, וועט איר געהאלפן ווערן אן קיין דאקטורים און אן קיין מעדעצינען.
דא איז דער תפילה:
"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און שטארק, איך זאל זיין פרייליך און איך זאל נישט האבן קיין שום פחדים. אסאך מאל כאפט מיר אן א פלוצימ'דיגער שרעק, איך ווער אזוי דערשראקן אז מיין גאנצע קערפער הייבט אן ציטערן און איך שפיר ווי איך גיי אויס. העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין געזונט. איך דאנק דיר אז פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א געזונטער מענטש, מען קען גארנישט אנזען אויף מיר, העלף מיר אז איך זאל זיין געזונט אויך אין מיין מח.
הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. איך זאל לעבן מיט אמונה און איך זאל אטעמען אמונה. ווייל ווען איך טראכט פון דיר ווערט מיר גוט, ווען איך דערמאן זיך אין דיר גייען אוועק מיינע פחדים, אבער נאכדעם קומט דער יצר הרע, ער מאכט מיר פארגעסן פון דיר און איך פאל צוריק אריין אין מיינע פחדים. די פחדים שוואכן מיר אפ, מיין גאנצע קערפער ווערט מיר צוזאמגעצויגן, דאס מאכט מיר אזוי צעבראכן אז איך שפיר איך קען עס מער נישט דורך טראגן".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט צוריק קומען צו אייערע כוחות; איר זאלט זיין א געזונטע מאמע און אלע אייערע שרעק זאלן זיך אפטון פון אייך.
איך שיק אייך מיט צוויי סידי'ס פון "טאנץ מיט אמונה".