בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עצות פאר שמירת עיניים
תפילות אויף אידיש, שמירת עינים, ספירה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו, וואו דו בעטסט עצות פאר שמירת עיניים.


יעצט זענען מיר אריין אינעם זומער, די גאסן זענען אזוי געפערליך, און אפילו דער ערליכער איד, דער אפגעהיטענער בחור וואס האט נישט קיין טעלעפאן און כלים, ער איז אפגעהיטן אין שטוב - קען יעצט ממש פארברענט ווערן אין גאס; די גוים, און אין ארץ הקודש די אידן וואס די ערב רב האבן זיי אויסגע'שמד'ט און אוועק גענומען פון די תורה - גייען מיט א שרעקליכע פריצות, מען קען יעדע רגע פארברענט ווערן, השם ישמרינו.


על כן ליבער ..., יעצט ווען מיר פירן זיך אין די טעג פון ספירה מיט הלכות פון אבילות, מען טרויערט אויף די פיר און צוואנציג טויזנט תלמידי רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן אין די טעג, דער אריז"ל זאגט (ספר הגלגולים, פרק ט), ווער זענען געווען די פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען אוועק? די זענען געווען גלגולים פון די פיר און צוואנציג טויזנט מענטשן וואס זענען געשטארבן ביי בעל פוער, ווען זמרי בן סלוא איז געקומען צו משה רבינו מיט עזות און חוצפה וכו', זיי זענען מגולגל געווארן אין די תלמידים צו מתקן זיין די פגם; על כן אין די טעג פון ספירה קען מען פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית, ווייל קר"י באטרעפט אזוי ווי עמ"ר (פרי עץ חיים שער ספירת העומר פרק ז, בהג"ה).


די ערשטע זאך פאר תיקון הברית איז שמירת עיניים, נישט גיין אין גאסן וואו עס זענען דא פריצות, גיי אפילו א לענגערע וועג וואס איז מער ריין ווי גיין א טריט אריין אין א גאס וואס איז דא דארט פריצות, ווייל אז מען היט די אויגן איז מען זוכה צו ריינע מוחין, מען איז זוכה צו שמחה, דאס לעבן איז זיס, די לעבן איז גוט, מען איז נאנט צום אייבערשטן, מען האט א זיסקייט ביים דאווענען און ביים לערנען, ווייל אלעס איז אנגעהאנגען אין שמירת הברית, און אויב חס ושלום מען איז פוגם בברית, מען היט נישט די אויגן, מען קוקט עבירות - ווערט אזוי ביטער און שלעכט, מען פארלירט די טעם פון לעבן.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, זיי זיך מתבודד, זוך א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען היטן דיינע אויגן, וויין צום אייבערשטן און בעט אים די ווערטער: "הייליגער באשעפער עס איז מיר אזוי שווער צו האבן ריינע אויגן, איך קען נישט גיין אין גאס, איך שפיר ווי א מלחמה, יעדעס מאל וויל איך קוקן, און ווען איך דערמאן זיך פון דיר און איך געדענק אז עס איז נישט גוט צו קוקן איז די קומענדיגע מאל א פרישע מלחמה, עס רייסט מיר צו קוקן, הייליגער באשעפער העלף מיך, ראטעווע מיך, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן הייליגע אויגן"; אזוי זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן טאג נאך טאג, לייג אריין דיינע אייגענע תפילות ובקשות, שריי צו אים, וויין צו אים, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.