בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וועגן אייערע שרעקעדיגע חלומות - איז דא איין עצה, זיין פרייליך; בעטס אייערע עלטערן זאלן אייך געבן צו הערן ווען איר גייט שלאפן - מעשיות פון צדיקים; דאס וועט אוועק נעמען אלע שרעק, ווייל מעשיות פון צדיקים מאכט פרייליך און געבט א ישוב הדעת.
בעטס אסאך דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו באקומען א מאן וואס לערנט און דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים. איר זענט נאך א יונג קינד, איר האט נאך א שיינע פאר יאר צו קענען זיך גוט אויסבעטן אויף אן ערליכער מאן. מיינט נישט אז דאס באקמט מען אומזיסט, נאר נאך אסאך תפילה און אסאך טרערן - איז מען זוכה צו א מאן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.