בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
פורים אינדערפרי נאך שחרית ליינט מען נאכאמאל די מגילה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד.): "חייב אדם לקרות את המגילה בלילה ולשנותה ביום", מען איז מחויב צו ליינען די מגילה פורים ביינאכט און נאכאמאל אינדערפרי; ביים ליינען די מגילה קען מען פועל'ן גרויסע ישועות, די 'גן עדן' עפנט זיך אויף, און די גרעסטע ישועה איז – דאס ווערן נאנט צום אייבערשטן.
טו נישט קיין שום זאך איידער דו הערסט מגילה ליינען, און אז דו ביסט אויפגעשטאנען שפעט און דיינע חברים גיין שוין ארום ביי די הייזער מיט די באס... מיט די מוזיק... דו ווילסט נישט פארפאסן – זאלסטו נישט גיין צו זיי איידער דו הערסט מגילה ליינען.
צדיקים האבן געזאגט: "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר און אריבערגיין וואס מען גייט אריבער, אבי זוכה זיין צו הערן איין מאל מגילה ליינען"; זאלסטו פורים אינדערפרי פארלעשן דיין טעלעפאן, גיי נישט צו די גרופ נאר נאכן דאווענען, נאכן לייגן תפילין און נאכן הערן די מגילה, וועסטו זוכה זיין צו מצליח זיין.