בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
דער הייליגער רבי איז אמאל געווען ביי א חתונה, דארט איז געווען כלי זמר; איינער מיט א פידל, א צווייטער מיט א פייפער, א דריטער מיט א פויק און אזוי ווייטער און איינער וואס האט זיי געפירט.
אינמיטן זינגען האט דער פויקער איינגעדרימלט, האט אים דער אנפירער געגעבן א פאטש און דער פויקער האט זיך אויפגעוועקט און גלייך אנגעהויבן ווייטער צו פויקן, האט זיך דער רבי אנגערופן: "א פאטש געכאפט און פרייליך געקלאפט"; דער רבי האט ארויסגענומען פון די מעשה, אז אפילו מען כאפט א פאטש - דארף מען ווייטער זיין פרייליך.
נעכטן ביי מלוה מלכה האבן מיר אסאך ארום געשמועסט פון די מעשה. יעדער איינער כאפט פעטש אין לעבן, ביי יעדן איינעם איז עס אין אן אנדערע צייט; דארף מען געדענקען וואס דער רבי זאגט: "א פאטש געכאפט און פרייליך געקלאפט", מען דארף געדענקען אז אלעס וואס גייט אריבער איז פונעם אייבערשטן - נאר פאר די גוטס פונעם מענטש.