בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פאלג דעם רבי'ן, ווארט מיט סבלנות, וועט די לעבן ווערן זיס
תודה והודאה, רפואה, סבלנות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי וועט דיר גוט ווערן! אודאי וועט דיר ליכטיג ווערן! וואס איז די פראגע? אז דו וועסט אייננעמען די מעדעצין וואס דער דאקטער געבט אונז  - וועט דיר ווערן ליכטיג און זיס.


דער רבי איז אונזער דאקטער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ל) דער צדיק איז דער דאקטער; ער היילט אונזער נפש מיט זיינע עצות, און ווער עס פאלגט דעם רבי'ן און ווארט מיט סבלנות - ווערט אים די לעבן זיס, זאל זיין ווער עס זאל זיין, זאל זיין שטאק טונקל, חושך ענן וערפל, אויב ער וועט ניצן די עצות פון רבי'ן, בפרט די עצה פון "בצר הרחבת לי", אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אויפזוכן עפעס גוטס אין די צרה, און אויך די עצה פון "תודה והודאה", דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן יעדן טאג, זינגען צום אייבערשטן לויב און זינג ניגונים, און אויך די עצה פון גיין יעדן טאג אביסל התבודדות, זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, אים פרעגן: "באשעפער וואס זאל איך טון? בין איך גערעכט? בין איך נישט גערעכט? דארף איך טון אזוי און אזוי, אדער אפשר נישט?" אויסשמועסן בפרטי פרטיות אלעס וואס באדערט, אלעס וואס שטערט, און אויך די עצה פון זיך בהאלטן אין די הייליגע תורה; לערנען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא און הלכה; די מעדעצינען היילן, מען דארף עס אייננעמען און גלייבן און ווארטן ביז די ישועה קומט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.