בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווען וועסטו שוין איבערבעטן דעם אייבערשטן אויף די פילע קשיות, דאגות און נישט גלייבן אז ער וועט דיר העלפן?! ווען וועסטו שוין זען די אפענע נסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט דיר?
יעדעס מאל ווען א תלמיד הישיבה ווערט א חתן, אדער ווען א פארפאלק דערוויסן זיך אז עס איז דא פרייליכע נייעס וכו' - פרעג איך זיי: "האסט שוין איבערגעבעטן דעם אייבערשטן?" און ווען זיי פרעגן: "וואס הייסט? אויף וואס?" זאג איך זיי: "אויף די תרעומות, אויף דאס נישט גלייבן אז דער אייבערשטער הערט אויס דיינע תפילות"; און אויף דעם דארפן מיר אלע תשובה טון, אויף די תרעומות און קשיות וואס מען האט אויפן אייבערשטן.
וואס טראכסטו, מען האט פארגעסן פון דיר? מען זארגט זיך נישט פאר דיר? יעדער האט, יעדער מאכט, יעדער טוט, און פון דיר האט מען פארגעסן? די הייליגע חכמים דערציילן (בראשית רבה עט, ו; ירושלמי שביעית כה:), ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר האבן זיי געזען ווי א פאנגער שפרייט אויס זיינע נעצן צו כאפן פייגלעך, זיי זעען ווי אזוי ער שפרייט אויס די נעץ און א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט נאך א פייגל און זיי הערן ווי עס גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיג פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.