בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, בארא פארק
איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן העלפן צאמנעמען פון אנשי שלומינו וואס וויילן אין אונזער בנין ראש השנה אין אומאן געלט פאר דינגען בעטן.
איין זאך וואס האט מיך זייער געשטערט, אז נאכן אויסרופן אזויפיל מאל אז רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב האט מען ווייטער גערייכערט. וויל איך דיר בעטן, אויף קומענדיגע יאר ווען דו וועסט פארדינגען בעטן ביי אונזער בנין זאלסטו נישט פארדינגען פאר ווער עס רייכערט, מען קען נאר דינגען ביי אונזער בנין מיט די תנאי אז מען רייכערט נישט יום טוב. איך וויל מיט דיר איבערגיין די נעמען, איך וויל אונזער בנין, אונזערע ד' אמות זאל זיין ריין און הייליג; פרעג זיך נאך ביי די וואס זענען געווען מיט אונז יארן צוריק, ווען די חבורה איז נאך געווען קליין, איז געשטאנען אויף די קארטלעך צוויי תנאים וואס מען דארף האלטן אינעם בנין, נישט רייכערן און נישט ברענגען קיין אלקאהאל. איך וויל דאס ווייטער אנהאלטן, און נאר מיט די צוויי תנאים קען מען זיין ביי אונז.
לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך מקבל זיין צו עוסק זיין אין הפצה, נעם צאם אפאר בחורים און אפאר אינגעלייט, מען זאל אויסלייגן אין אלע שולן גליונות מידי שבת בשבתו, און אויך דבר יום ביומו – סיי די חינוך גליון, סיי די טעראפי גליון, און די היכל הקודש גליון און אויך די נייע גליון מים רבים.