בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער פארנדיג קיין ארץ ישראל, איך גיי מתפלל זיין פאר דיר, איך גיי דערציילן פאר מוהרא"ש וואס דו טוסט פאר אידישע קינדער.
דער אייבערשטער איז גוט און טוט נאר גוטס, אז דו האסט באקומען יעצט א קינד א דאו"ן סינדרא"ם - זאלסטו זיך פרייען און חס ושלום נישט האבן קיין קשיות און תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, עס קומט נישט קיין שלעכטס פון אים.
בנוגע אוועקגעבן דאס קינד אדער האלטן דאס קינד; פארוואס זאלסטו דאס אוועקגעבן? א קינד איז א קינד, אז דאס קינד איז אין א גוטע צושטאנד, עס איז נישטא קיין קאמפליקאציעס - פארוואס נישט האלטן? דאס זאג איך דיר נאר אויב דיין ווייב וויל אויך הערן וואס איך זאג, אבער אז זי ווייסט וואס זי וויל טון - זאלסטו טון וואס איז גוט פאר איר; אז זי פרעגט דיר, דעמאלט קענסטו זאגן די דריי ווערטער: "פארוואס אוועק געבן?"
נאך אביסל קומט משיח, דעמאלט וועלן אלע ווערן געזונט, אלע וועלן תשובה טון; יעדעס אידיש קינד וועט צוריקקומען צום באשעפער געזונט און שטארק. משיח וועט נישט מוותר זיין אויף קיין איין אידיש קינד, כי לא ידח, עס וועט נישט פארשטויסן ווערן, ממנו נדח, פונעם אייבערשטן.