בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמיני, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס טוט מיר אזוי וויי די אלע לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויפן רבי'ן און אויף זיינע הייליגע תלמידים, עס האט דאך נישט קיין שום פשט; וואס הערסטו אויס לשון הרע? פארוואס עפנסטו נישט אליין די ספרים? קוק וואס שטייען אין די ספרים, אין די קונטרסים; פארוואס קומסטו נישט אריבער און איבערצייג זיך אליין וואס דא טוט זיך? פארוואס מקבל זיין לשון הרע?!
עלטערן עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט אז זייער קינד איז מקורב צום רבי'ן, וואלטן די עלטערן זיך אויפגעהויבן און געקומען קוקן וואס טוט זיך ביים רבי'ן, וויפיל יראת שמים דער רבי געבט, וויפיל אמונה און דביקות צום אייבערשטן - וואלטן זיי געברענגט אלע קינדער צום רבינ'ס חדר. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך".
יעדער מקורב מוז דאס אריבערגיין, מען מוז אריבערגיין די מניעות, דער רבי האט שוין געענטפערט און געזאגט פארוואס דאס דארף זיין, דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש), אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי געב זיך אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה"; דאס איז דער תירוץ, אז עס איז דא א צדיק וואס האט א כח צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ער איז בכח צו ברענגען די גאולה שלימה - קומט דער סמ"ך מ"ם און מאכט ליצנות כדי מענטשן זאלן נישט נעמען די ספרים.
גיי התבודדות יעדן טאג, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, דא האב איך א רבי וואס שיינט אריין אין מיר אזא קלארע לויטערע אמונה, א רבי וואס מאכט מיך רעדן צו דיר, א רבי וואס מאכט מיך לערנען, א רבי וואס מאכט מיך האבן שלום בית, און דא הער איך אזויפיל ליצנות, אזויפיל לשון הרע, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט הערן קיין ליצנות, העלף מיר עס זאל נישט אריינגיין אין מיר קיין ליצנות, קשיות, ספיקות, העלף מיר איך זאל בלייבן שטארק מיט אמונת חכמים, און ווייטער לערנען דעם רבינ'ס ספרים און קיינמאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.