בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט באקומען א טייערער מאן, ווייניג זענען זוכה צו אזא מאן, אזא בעל מדות, א גוטסקייט; וואס גייט אייך אן א צווייטן? פארוואס זאלט איר זיך אויפעסן לעבעדיגערהייט אז אנדערע האבן אויך א גוט לעבן?
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צונעמען עפעס א ברעקל פון א צווייטן, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", אפילו א האר קען מען נישט צונעמען פון א צווייטן; פארוואס זאלט איר זיך אזוי שטארק אליינס פייניגן? פארוואס וויינען?! עס איז א סכנה ווען מען וויינט אומזיסט, עס קען קומען נאכדעם זאכן אויף וואס מען קען טאקע וויינען.
איך זאג אייך דעם אמת, ווען איך זע א מענטש וויינען - הויב איך אן מיט צו וויינען, דאס איז מיין נאטור, אבער ווען איר זענט געווען ביי מיר און געוויינט אז אייער חבר'טע גייט האבן א גוט לעבן און איר זענט איר מקנא - האב איך זיך ממש איינגעהאלטן פון לאכן, ווי נאריש מען קען זיין; צו וויינען ווען א צווייטער גייט האבן א גוט לעבן.
איך האב פארשטאנען וואס מוהרא"ש זאגט, אויף די ווערטער פון די הייליגע חכמים (בבא מציעא נט.): "שערי דמעות לא ננעלו", די טויערן פון טרערן זענען קיינמאל נישט פארמאכט; נו, אויב אזוי, פארוואס דארף זיין טויערן מיט טירן? נאר ווען נארישע מענטשן וויינען - דעמאלט פארמאכט מען עס.
טוט תשובה, הויבט אן זיין פרייליך, הויבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט, אייער מאן איז געזונט. בעטס פאר געזונטע קינדער און מאכט אייך נישט נאריש.