בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
ווען א מענטש לעבט מיט אביסל ישוב הדעת וואלט ער קיינמאל נישט געהאט מיט מחלוקת, מיט מתקן זיין אנדערע וכו', ווייל דער וואס לעבט מיט ישוב הדעת, ער ווייסט אז 'איין טאג וועל איך דארפן אלעס איבערלאזן, איין טאג וועט קומען דער מלאך... און איך וועל אלעס דארפן איבערלאזן, איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, מיין נשמה וועט ארויפגיין וכו''; אזא מענטש וועט זיך נישט קריגן מיט אנדערע, און אפילו מען וועט אים אנהעצן וכו', אז עס איז א מצוה צו קריגן וכו' – וועט ער אנטלויפן פון די סארט מצוות.
יעדער איז איבערצייגט אז ביי זיי איז די אמת, אבער דאס איז זיכער: "א-מת", איין טאג: "אהי' מת", וועל איך זיין א נפטר, עס וועט גארנישט ניצן, נישט קיין געלט, נישט קיין כבוד, נישט קיין מעכטיגקייט וכו', און דעמאלט וועל איך זען דעם ריינעם אמת, אז (ירמיהו י, י): "וַה' אֱלֹקִים אֱמֶת", נאר דער אייבערשטער איז אמת, און די הייליגע תורה; איז וואס דארף מען זיך פיינט האבן איינער דעם צווייטן? פארוואס זאלן צוויי ברידער נישט רעדן פון פיינטשאפט אז דער ברודער איז ביי א צווייטע חסידות אדער ביי א צווייטע קהילה וכו'? פארוואס זאלן צוויי שכנים וואס ביידע זענען ערליכע אידן נישט רעדן צוליב דעם וואס דער אנדערער שכן גייט ביי א צווייטער רבי, ראש ישיבה וכו'? דאס איז דער ביטערער גלות, און נאר צוליב דעם ליידט מען צרות, (מען רעדט נישט פון מינים ואפיקורסים וואס על פי תורה דארף מען זיך אפטיילן, מען רעדט פון אידן מאמינים בה' ובתורתו), און ווער ווייסט וויפיל פרנסה אידן פארלירן צוליב מחלוקת, ווייל איין קליינע מחלוקת איז דוחה מאה פרנסות, עס נעמט אוועק הונדערט פרנסות פון אחינו בני ישראל.