בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז ראש חודש סיון, דער טאג איז מסוגל צו מאכן א פרישע התחלה צו לערנען תורה, און אז דו זוכסט א סגולה צו האבן א חשק און התמדה צו לערנען - זאלסטו נעמען די סגולה פון רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צא) א סגולה להתמדה, נישט צו רעדן אויף קיין שום איד שלעכט, נישט האבן מיט קיין מחלוקת, מיט קיין קריגערייען, מיט קיין כעס, אויך אין שטוב זאל נישט זיין קיין שום כעס און קפידות.
ווילסט פרנסה? שנייד אפ דיין כעס, דיין צארן. דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים שער הזמירות, פרק ה), ווען מען זאגט דעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ", זאל מען אינזין האבן די ראשי תיבות און די סופי תיבות, די שם פון ח'ת'ך' א'פ'י', מוהרא"ש זאגט פשט, "חתך אפי" אז דו וועסט צעשניידן די נאז, דעם חרון אף, וועסט האבן אריכות אפים - דאס איז די שם פון פרנסה, דו וועסט זוכה זיין צו שפע און צו הצלחה.
אויך זאלסטו אוועק ווארפן דיין געטשקע, די מאוויס פון ניאוף; אוי וויי, אוי ווי ביטער עס איז אז מען קוקט מאוויס, אוי וויי, מען ווערט דאך נישט געזונט גייסטיש, מען ווערט א פארזארגטער, א נערוועזער, א דעפרעסטער, א דערשלאגענער, אוי וויי, אוי וויי, וויפיל ביסטו גרייט צו פארלירן צוליב די דמיון פון קוקן מאוויס, קוקן שארטס, קוקן סטעטוס, טיק טאק; דאס איז אויך גורם מען זאל פארלירן די פרנסה, דאס איז אויך א בחינה פון ח'ת'ך' א'פ'י' דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א בעל עבירה דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, די נאז מיינט מען די מידה פון כעס, דער וואס איז שטענדיג נערוועז - איז א סימן אז ער איז א נואף. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'", פרעגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן רמט), פארוואס שטייט: "'רַע' בְּעֵינֵי ה'" - ער איז געווען שלעכט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, עס וואלט געדארפט שטיין: "'רָשָׁע' בְּעֵינֵי ה'", נאר ווייל ווער עס טוט די עבירה פון ער ואונן, ער איז פוגם בברית, ווערט א 'רַע' - א שלעכטער מענטש; ער שרייט אויף יעדע זאך, ער שרייט אויף אלע ארום אים, אלע זעען און ווייסן אז דער מענטש איז א בעל עבירה, מען ווערט געוואויר זיין גאנצע עבר וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.