בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך ווארט צו הערן פון דיר וואס עס הערט זיך מיט די געלט וואס די שטאט בארגט פאר מוסדות וכו', אזוי ווי מען הערט האבן אלע מוסדות באקומען יעצט צוליב די קאראנע גרויסע געלטער פון די שטאט מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע. מיר שטייען און ווארטן לישועת ה'; מיר ווערן צעדריקט פון די הוצאות צו דעקן די איינגעשטעלטע וואס ארבעטן אזוי איבערגעגעבן פאר אונז און פאר אונזערע קינדער.
איך טראכט פארוואס מיר האבן נישט באקומען, ווייל דער אייבערשטער וויל הערן אונזערע תפלות, אונזער געבעט; דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן קוקן נאר צו אים און נישט אויף קיין שום מענטש, נישט דער פרעזידענט און נישט דער גאווערנאר קען אונז העלפן, נאר ער אליין.
איך קוק אויף צוריק, אז שוין צוועלף יאר וואס די ישיבה שטייט, עלעף יאר וואס מיר האבן די תלמוד תורה און ניין יאר וואס מיר האבן די מיידל שולע; ביז אהער האט מיר "נאר" דער אייבערשטער געהאלפן, ווייס איך אז ער וועט מיר ווייטער נישט פארלאזן; איך גיי נישט צו קיינעם, איך חנפ'ע נישט קיינעם, איך דארף נישט קיינעם, נאר דעם אייבערשטן.